פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » נייעסער און באריכטן » פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן

פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #762

טשאקלעד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:26 pm

· #13088
פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
א שרעקליכע פארכאפונג איז פארגעקימען אין א קאווע הויז אין סידני אוסטראליע ווי איינס אדער מערערע טעראריסטן-נישט באקאנט דערווייל וויפל - האבן גהאסטעדזש 13 מענטשן

טשאקלעד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:29 pm

· #13089
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
די אראבישע טעראריסטן האבן באפוילן זייערע פארכאפטע זיך צי שטעלען ביים פענסטער אין האלטן א טאוול מיטן אויפשריפט : אויסער אללה איז נישט דא נאך א גאט אין מוחההההההההאמד איז זיין שליח.

א לינק מיט ציהאלטן לייוו: m https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/ m

טשאקלעד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:47 pm

· #13092
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
לויט באריכטן איז די רעדע פין איבער 45 פארכאפטע, די טעראריסטן פארלאנגען צי רעדן צים פריים מיניסטער אויפן טעלפאן (איך גלייב אז זיי ווילן אים איבעררעדן צי איסלאם...).

די פריים מניסטער גרייט זיך אין די יעצטיגע מינוט'ען צי געבן א ספיטש איבערן מצב ,

די נעקסטע אפדעיט וועל איך לאזן א צווייטן שרייבן...

לייבי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:12 am

· #13099
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
טשאקלעד כתב:א לינק מיט ציהאלטן לייוו: https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/

עס ארבייט נישט.
דא האט איר איינס וואס ארבייט יעצט
m http://youtu.be/nvzpSvyyZis m

טשאקלעד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:16 am

· #13100
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
לייבי כתב:
טשאקלעד כתב:א לינק מיט ציהאלטן לייוו: https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/

עס ארבייט נישט.
דא האט איר איינס וואס ארבייט יעצט
http://youtu.be/nvzpSvyyZis


קודם געארבעט דערנאך אויפגעהערט

לייבי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:19 am

· #13101
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
בילדער פין די פארכאפטער

ח(כ)ם ונבון » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:25 am

· #13103
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
איז אמת אז צוויי פון די משכונות זענען אנטלאפען?

לייבי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:29 am

· #13106
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
דריי ! פין א פייער עקזיט.

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:26 am

· #13115
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
טשאקלעד כתב:
לייבי כתב:
טשאקלעד כתב:א לינק מיט ציהאלטן לייוו: https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/

עס ארבייט נישט.
דא האט איר איינס וואס ארבייט יעצט
http://youtu.be/nvzpSvyyZis


קודם געארבעט דערנאך אויפגעהערט

עס ארבעט שוין

זיי זאגן אז נאך צוויי משכונות האבן באוויזן צו אנטלויפן
ס"ה פינעף

מ'ווייסט נאכנישט וואס דער טעראריסט פארלאנגט

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:53 am

· #13118
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
ס'ווערט באריכטעט אז טייל משכונות באריכטן אינפאו פון אינעווייניג דורך די סאושל מידיע

די פאליציי זאגט בלויז אז זיי זענען אין קאנטאקט מיטן טעראריסט און טוען פארהאנדלען צו די בעסטע אינטערעסן פון די משכונות

אויך זאגט מען אז דער טעראריסט האט געסטראשעט אז נאך באמבעס זענען אויסגעלייגט אין די סיטי
די פאליס זאגט נאר אז ווער ס'האט עפעס פארדעכטיגטע אינפארמעישן זאל רופן 1-800-227-228

דא קען מען מיטהאלטן די סיטואציע פון אן אנדערע ענגל אפגעכאפט דורך רויטערס
m http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4603548,00.html m

עי בי סי האט נארוואס גערעדט מיט א משכון אויפן טעלעפאון וואס האט געזאגט אז ס'איז דא ארום אכציג מענטשן דארט

די אויטאריטעטן האלטן ביזדערווייל דאס מויל פארמאכט אנגעבליך צוליב די זיכערהייט פון די פארכאפטע
זיי זאגן בלויז אז מ'פארהאנדלט מיט איהם

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:57 am

· #13121
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
די מידיע באריכטעט אז משכונות פארבינדן זיך מיט זיי מיט די פארלאנגען פונעם טעראריסט אבער זיי מעלדן עס נישט אויפן פארלאנג פון די אויטאריטעטן וויבאלד זיי ווייסן אז ער האלט אלעס מיט

איין משכון איז א אינדיען בירגער

די פאליציי זאגט אז זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען פאר עטליכע טעג

------------

אויף טוויטער איז נארוואס געמאלדן איבער א טעראריסטישע טעראר פארזוך פון פיער באוואפנטע טעראריסטן אין א שטעטל בעלגיע
מ'ווייסט נאכנישט אויב ס'האט א שייכות מיט סידני

מער פרטים וועלן מעגליך נאכפאלגן ווי נאר עס ווערט געמאלדן

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:57 am

· #13127
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
יעצט זאגן זיי אז ס'איז נישט פארבינדן
זיי האבן גענומען דריי משכונות

זיי זאגן אבער נישט קלאר וואס סע איז יא
מעגליך א דראג גענג

----

אריבער פערציג פירער פון די מוסלעמענער געמיינדע האבן פארדאמט די פארכאפונג

אויסטראליער שטיצן און זענען מחזק די מוסלעמענער געמיינדע זיך צו האלטן שטארק נישט צו דיסקרימינירן קעגן זיי
"איך וועלן פאָרן מיט דיר" העשטעג'ס ווערט כסדר געמאלדן אויף טוויטער

m http://www.mamamia.com.au/social/dear-a ... will-ride/ m
m http://www.bbc.com/news/blogs-trending-30479306 m

#illridewithyou

ס'ווערט שוין טיעף נאכט דארט און דער עולם גייט שלאפן

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:28 am

· #13138
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
פאליציי האט געשטורעמט די געביידע
משכונות אנטלויפן פונעם בנין
צענדליגער אמבולאנסן יאגן זיך אהין און טראגן ארויס מענטשן אויף בעטלעך

טשאקלעד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:31 am

· #13139
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
א הארציגן יישר כוח הרב נייגעריגער פארן אינז האלטן אפ טא דעיט מיט אלע נייעסן,

וואס איך וויל פארשטיין איז, זענען די אוסטראליע מענטשן אינגאנצן משוגע? די טעראריסטן זענען אראבער, די פארכאפונג איז געשטיפט דורך די ראדיקאלע איסלאמישע גלויבן, איז אשטאטס מזאל ארויסקימען אין פארדאמען אזא אינצידענט אין אנפאנגן כאפן וואס פאר א חורבן זיי האבן זיך אנגעברענגט בידים מיטן אריינברענגען אין לאנד אזויפיל מיסלמענער, גייט מען זיי גאר מחזק זיין? דעס הייסט דיסקרימנאציע? איך וואלט געזאגט אז מען זאל יא פארדאמען די גאנצע אראבישע מאוומענט אין זייער לאנד אין בכלל אייראפע, ווייל דאס איז וואס שטיפט זיי צי מאכן אזעלכע סארט אטאקעס אין וועט מארגן שטיפן א צווייטן מוחמד עס צי אויסטרייען אויף א אנדערע קאפע הויז, אבער אז די טיסט דעס נישט כאטשיג זא זיי נישט מקרב אין א צייט וואס זיי שעכטן דאס פאלק! ווער איז ביי דיר חשובער דיינע אייגענע מענטשן אדער די רוצחים?!אגב פין די פריים מיניסטער'ס דרשה נעכטן זעט אויס ווי ער וואלט גענטפערט אויף די לעצטע...

# היפאקראטיע

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:39 am

· #13140
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
איך מיין ביסט נישט גערעכט
מ'קען נישט אפסטעמפלען אלע מוסלעמענער צוליב די פּאָר ראדיקאלע
רוב מוסלעמענער אין אוסטראליע האבן פארדאמט די פארכאפונג

ווי אזוי וואלסטו געפיהלט אויב מ'באשולדיגט דיר אין די אקטן פון די מתנחלים?

----

די באמבע סקוואד זענען אויפן ארט

די פאליציי האט דערקלערט אז די באלאגערונג איז אפיציעל פארטיג

דער איראנער געבוירענער טעראריסט איז לכאורה טויט
שפעהטער וועט מען הערן מער פרטים

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:42 pm

· #13143
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
אלע באריכטן אז איין משכון און איין אפיציר זענען אויך אומגעקומען און עטליכע פארוואנדעטע

מ'ווארט אויף די אפיציעלע באשטעטיגונג פון די אויטאריטעטן וואס פונקטליך די פאקטישע אויסגאנג איז געווען

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:07 pm

· #13146
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
די פאליציי האט באשטעטיגט אז דער טעראריסט, אן אלטער טראבל מעיקער וועלכע איז געווען פריי אויף קוויציע (בעיל), איז טויט

מער קראנטע דעטאלן ווועלן נאכפאלגן אין די נעקסטע האלבע שעה

נייגעריגער » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:40 pm

· #13148
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
זיי האבן נארוואס קאנפארמד אז צוויי משכונות, א מאן 34 און א פרוי 38, זענען געשטארבן און פיער זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן
איין אפיציר איז מילד געווארן פארוואונדעט

סך הכל זענען געווען זיבעצן פארכאפטע פאר איבער זעכצן שטונדן

---------

ווי איך אנאלזיר די אינפאו איבער דעם חברהמאן זעהט מיר אויס ווי די אויטאריטעטן זענען נישט אינגאנצן אומשולדיג
אין אמעריקע און בריטן וואלט אזא סייקאו נישט ארויס אויף בעיל - בפרט נאכן ווערן קאוויקטעד

מ'קען מלמד זכות זיין אז זיי האבן נישט די ערפארונג אין קאנטער-טעראריזם וואס מיר האבן

טשאקלעד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:04 pm

· #13189
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
[quote="נייגעריגער] אויף קוויציע (בעיל)[/quote]
:?:
;)

נייגעריגער » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:29 am

· #13210
Re: פארכאפונג אין סידני אוסטראליע דורך טעראריסטן
וואס איז שלעכט מיטן זיך לערנען אביסל נייע\אלטע יודישע ווערטער?
l viewtopic.php?f=2&t=16 l