Re: מזל טוב
סקווערע דיין כתב:מיט די אשכול צייכענט פאליש אפ די 500סטע אשכול
טייערע חברים איר זענט אלע געלאדענט צו מאכען א לחיים
לאנג לעבן זאל פאלישלחיים
אנדערטהאלב יאר שפעטער...
היינט איז געעפענט געווארן די 1000סטע אשכול דא אין פאליש.
וואו איז סקווערע דיין? לאמיר אנגיסן דעם כוס... לחיים!
Re: מזל טוב
מזל טוב בעקישע אשר עלה ונתעלה און איז געווארן א מגיד שיעור דא ביי אונז אין פאליש.
מיר האפן אלע אויף ווייטער זאלסט ממשיך זיין מיט דיי שיינע ארבעט און אונז אלע מהנה זיין ווי ביז יעצט ביתר שאת וביתר עוז.
Re: מזל טוב
באגריסונגען צו בעקישע.
ווי שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול איז בעקישע פון די וואס לעבן אויף דאס פלאץ דא.
אויב וואלט די טיטול נישט געגעבן געווארן לויט די מספר התגובות, נאר די חברי הנהלה וואלטן געזיכט א קאנדידאט צו באקרוינען אלס שיעור זאגער, וואלט בעקישע געווען די פאסיגסטע קאנדידאט.
שמך נאה לך. גיי ווייטער אן.
Re: מזל טוב
אמ אמ אמממ איך בין ממש ספיטשלעס פון די גרויסע כבוד וואס מען האט מיר דא צוגעטיילט.
א גרויסע יישר כח פאר די הנהלה פאר בכלל באמערקן מיינע תגובות, ולא עוד אלא מען איז זיי מחשיב און מען האט מיך אויפגענומען פאר א שיעור זאגער.
אחת שאלתי. איך האב נאר איין שאלה. . .
וואס מיינט דאס א שיעור זאגער? און וואס איז דאס מיך מחייב? איז דא עפעס פריווליגעס מיט דעם?
ווען דארף זיין דער שיעור?
איז דאס בכלל אלו דברים שאין להם שיעור?
גייט דאס אריין בגדר שיערו לה' שיעור חדש?
אדער מיינט דאס איז איך דארף זאגן אלע זאכן וואס זענען שיעור נישט געשעהן?
ווער עס האט עפעס אין דעם א ידיעה איז ווערי וועלקאם צו באלייכטען מיינע אויגן מיט דעם
Re: מזל טוב
דאס מיינט "שיעור חזון איש"
Re: מזל טוב
מזל טוב הער נייגעריגער צו דעם טויזנטע לייק וואס יעך האב אייך הערשט דערלאנגט.
געוויינטלעך ווינטש יעך ניט אבער פאר אייך קומט זעך דעם פולסטן כבוד כי לו נאה כתר מלוכה, זייענדיק דער וועטעראן שרייבער פון אנהייב ביז היינט און יעך שעץ אייער ארבייט שטארק.
Re: מזל טוב
מזל טוב שחר פארן אריבערקריכן דעם 500 תגובה און פארן באקומען דעם העכערונג אין ראנג.
סקומט זיך דיר אסאך מער פון דעם ראנג און דיין ארבעט איז ווערט זייער אסאך.
מיר זענען מודה על העבר ומתפללים על העתיד, אז איר זאלט ממשיך זיין מיט אייער שיינעם ארבעט.