פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אלגעמיינע קולטור » מוזיק » ואפילו בהסתרה

ואפילו בהסתרה

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #545

nevadeh » דינסטאג ספעטעמבער 16, 2014 9:01 am

· #6758
ואפילו בהסתרה
לעצטעס איז דער וועלט משוגע געווארען מיר דער הסתרה ניגון, בליקענדיג אויף אייוועלט האב איך דאס געטראפען, שיינע הארציגע אידישע לירעקס. האב עס געקאפיט אהער

(כ'האף מעט נישט ברוגז זיין אויף מיר פארען ברענגען זאכען פון דארט, איך טוה עס נאר אביסעל אויף צו לעבען דאס פלאץ דא)


ניגון : ואפילו בהסתרה
מילים : גראם מיט טעם
רעיון : נשמה


(הקדמה)
אוי ברידער'ל טייערע,ס'קען דיר דאכטען.
אז עס גייט דיר שווער - דו קענסט נישט מער - העלפען וועט ווער
אבער וויסען זאלסטו...


א) אז אפילו בהסתרה
ס'זעהט אויס ווי א צרה
גלייב אז דער בורא, מיט דיר ער שפאנט

עס פעלט די הסברה
דאס בילד נישט קיין קלארע
דארפסטו נאר געפונען , זיין אויסגעשטרעקטע האנט


ב)אוי יוי יוי
נעם. אין אכט
פון דיר. ער טראכט

אפילו
אין טיפען גרוב

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב

בלייבען. וועסטע.
זיין אוצר
דער גרעסטע

אפילו
אינעם הסתר.

האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב, האט ער דיר ליב.

איציקאיצי » דינסטאג ספעטעמבער 16, 2014 9:52 am

· #6760
Re: ואפילו בהסתרה
גוט

מעוברת » דאנערשטאג ספעטעמבער 18, 2014 12:31 am

· #6943
Re: ואפילו בהסתרה
גרוטניק האט יעצט ארויף געלייגט א גאנצע קאלעקציע פון יוטוב קליפס ווי זינגערס גרעסער און קלענערע, שענערע און ערגערע, זינגען דעם ניגון. דאכציך דער שענסטע איז נאך דער ארגינעלע.

אברומי » דאנערשטאג ספעטעמבער 18, 2014 10:45 pm

· #7054
Re: ואפילו בהסתרה
איך בין וואט אוועק און איך האלט נישט מיט וועלעכע טייפ. און פון וועלכע זינגער

נייגעריגער » דאנערשטאג ספעטעמבער 18, 2014 11:41 pm

· #7061
Re: ואפילו בהסתרה
דאס איז דער אפיציעלער קליפ פון יואלי קליין:
m https://www.youtube.com/watch?v=KcGX2xBaMbw m

ס'איז א סינגל נתחבר דורך ישעיה גראס

דא קען מען זהן ווי זיי זינגען עס מיט אהרעלע סאמעט:
m https://www.youtube.com/watch?v=MNua80sMJ6I m

אברומי » פרייטאג ספעטעמבער 19, 2014 12:03 am

· #7064
Re: ואפילו בהסתרה
שכ"ח אבער אויף מאן סעל ארבעטס נישט

נייגעריגער » דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:56 pm

· #9254
Re: ואפילו בהסתרה
וואס דער עולם שרייבט אין א דערנעבנדיגע אשכול
LOVE כתב:
סקווערע דיין כתב:יוחי בריסקמאן בענד מיט ישראלי ווערדיגער המזמרים און שיר ושבח קינדער כאר זינגען "ואפילו בהסתרה"

הערליך! עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי שיין! עס לוינט זיך צו קוקען (אפילו פאר די וואס האבן מער נישט קיין נערווען צו די ניגון)

http://youtu.be/qd2ETMqMQ54


געוואלדיג! נישט צום גלייבן ווי מען קען נעמען שיט און עס אזוי שיין סערווירן!

דאהי כתב:די ניגון איז ווייט וויזוי דו ריפסט עס אן. די ציבור האט עס געהערט אזויפיל מאל ביז ס'איז שוין געקראכן פון די נאז. אבער די עצם ניגון איז אסאך שענער ווי וואס האט זיך ארום געווארפן צווישן די וואטסעפפ גרופלעך. אבער ווען מ'קוקט אויף די קליפס ווי פראפעשאנעל שיינע זינגערס זינגען דאס, האט די ניגון אסאך א שענערע פנים.
קוק אויף די קליפ ווי לוי יצחק פאלקאוויטש זינגט דאס מיט שירה. אדער ווי זאבי פריעד זינגט דאס אין קאנטרי. ועוד. די ניגון קען ווערן שיין אראפגעזינגען. די יעצטיגע איז בלויז נאך א עקזעמפל.

סקווערע דיין כתב:ואפילו בהסתרה איז א שיין ניגון אן קיין שום חידוש עס פארקויפט נישט גארנישט חוץ אז עס איז גרינגע אויבערפלעכליכע ניגון

און אז מזינגט עס שיין איז גוט און אויב נישט קריכט עס

משא"כ די אלטע ניגונים פון מבד און אברהם וואס זענען מלא חידושים א שטיק מוזיק קען מען הערן וויפיל מאל עס גייט אריין


ואגב אורחא
m https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7 ... 7%A8%D7%94 m

LOVE » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:11 am

· #9259
Re: ואפילו בהסתרה
פארוואס איז נישטא אויף וויקי א לינק צו פאליש? נאר צו די אנדערע פארומס? מוז זיין עפעס א קאנספירעסי...

אשר » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:56 am

· #9296
Re: ואפילו בהסתרה
LOVE כתב:פארוואס איז נישטא אויף וויקי א לינק צו פאליש? נאר צו די אנדערע פארומס? מוז זיין עפעס א קאנספירעסי...

דא האסטי
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%A9_(%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%95%D7%9D)

מעוברת » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:25 pm

· #9325
Re: ואפילו בהסתרה
אשר כתב:
LOVE כתב:פארוואס איז נישטא אויף וויקי א לינק צו פאליש? נאר צו די אנדערע פארומס? מוז זיין עפעס א קאנספירעסי...

דא האסטי
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%A9_(%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%95%D7%9D)



ער האט געמיינט ביי דער לינק
m https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A2%D7%9A m

טשאקלעד » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:33 pm

· #9329
Re: ואפילו בהסתרה
אויף וויקיפעדיע וואלט איך עס געטייטעלט אלס
פארן על טהרת הקודש

lipa » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:43 pm

· #11212
Re: ואפילו בהסתרה
עס איז א הערליכע ניגון איך קען עס הערן נאכאמאל און נאכאמאל , עס האט אסאך אינהאלט אין זיך

Orlando12 » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:59 pm

· #11476
Re: ואפילו בהסתרה
אויף דער נייע CD פון MRM האבען זיי געשפילט זייער שיין דער ניגון. REALX 7

אבער איך האלט אז דאס איז נאך איינער פון די ניגונים וואס נאך אביסל וועט עס אראפגיין פון דער מפה

lipa » מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 4:37 am

· #11746
Re: ואפילו בהסתרה
איינער זאגט מיר, אז די ניגון האט ער געזינגען פאר איינעם א קראנקע אין שפיטאל די ערשטע מאל , און נאכדעם איז עס ארויס געקומען, און געווארן זייער אויףגעכאפט און די וועלט

lipa » מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 4:56 am

· #11749
Re: ואפילו בהסתרה
המשפיע ר' מלך בידערמאן, האט געזאגט מען זאל זאגן ואפילו בהצלחה. אז אפילו איינער האט הצלחה זאל ער וויסן אז די אייבערשטער איז דארט, אין עס. קומט פון אייבערשטער און נישט פארגעסן וויל עס גייט עם שוין גוט יעצט.

דער חוקר » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:31 am

· #11885
Re: ואפילו בהסתרה
כ'האב יעצט באקומען א קליפ ווי מ'זעט פרייע מענער און פרויען טאנצן מיט א ספעציעלן 'ביט' לכבוד דעם ניגון. דער וואס מ'הערט זינגען דעם ניגון, איז הגאון הצדיק מורי ורבי בנגינה, הרב חיים ישראל שליט"א.

אויב דער עולם וויל כ'זאל עס ארויפלייגן, ביטע געבטס א לייק.

לייבי » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:34 am

· #11886
Re: ואפילו בהסתרה
ווען די וועלסט עס ארויפלייגען וועמיר לייקען. פאר א לייק דארף מען ארבייטען אביסעל, ניין ?

דער חוקר » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 2:19 am

· #11893
Re: ואפילו בהסתרה
הייסט דו גלייבסט מיך נישט.
WELL, כ'האלט נישט ביים ארבעטן שווער - און נישט ווערן געלייקט...!

אויך א חשבון, ניין?

סעקסי חסיד » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:02 am

· #11900
Re: ואפילו בהסתרה
גאמאני צטארעף לייג ארויף העמער מערצעשעם לייקן

דיקדיק רשי » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:40 am

· #11907
Re: ואפילו בהסתרה
הערשט יעצט באקימען? איך אן קיין וואטצעפפ גרופס און אן קיין פעסבאק האב עס שוין געזען פאר דריי חדשים צוריק.

נייגעריגער » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 12:36 am

· #12124
Re: ואפילו בהסתרה
דער חוקר כתב:כ'האב יעצט באקומען א קליפ ווי מ'זעט פרייע מענער און פרויען טאנצן מיט א ספעציעלן 'ביט' לכבוד דעם ניגון. דער וואס מ'הערט זינגען דעם ניגון, איז הגאון הצדיק מורי ורבי בנגינה, הרב חיים ישראל שליט"א.

אויב דער עולם וויל כ'זאל עס ארויפלייגן, ביטע געבטס א לייק.

דאס מיינסטו?
m https://www.facebook.com/video.php?v=55 ... 68&fref=nf m

וואס זינגט ער דארט ביז "ואפילו בהסתרה"? ס'איז זייער אומקלאר

העלפ » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:09 pm

· #12272
Re: ואפילו בהסתרה
ער גייט דארט זינגן ואפילו בהסתרה l viewtopic.php?f=14&t=615&p=12271#p12271 l