פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » פאליטיק » לבוש החסידות

לבוש החסידות

11 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 86 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #538

גאלדגרוב » ג' פברואר 24, 2015 6:39 am

· #16822
Re: לבוש החסידות
לעצטענס דרייט זיך ארום א קליפ ווי מוטה פראנק איז מסביר אז אידישקייט איז נישט דיר עיקר די לבוש והמסתעף אפילו עס איז וויכטיג מיט גאר שטארקע פוינטס.

נייגעריגער » ג' פברואר 24, 2015 12:20 pm

· #16827
Re: לבוש החסידות
דו רעדסט מסתמא פון שמואלי אינדיג'ס שאו m https://www.youtube.com/watch?v=4CldWC7H7ig m
אינמיטן רעדט ער דארט עפעס זייער פארעווע, די קינדער זאלן זיך זעהן צושטעלן צו די עלטערן און די עלטערן צו די קינדער ושלום על ישראל......

בעקישע » ג' יולי 05, 2016 7:10 am

· #32019
Re: לבוש החסידות
מורי ורבותי, איך קען נישט מחליט זיין, אפשר קען מיר איינער העלפן.

איז דאס א שטריימל, אדער א ספאדיק?

די היינטיגע שטריימלעך ווערן העכער פון יאר צו יאר, און די ספאדיקס ווערן ברייטער פון יאר צו יאר.

קטן » ג' יולי 05, 2016 11:08 am

· #32025
Re: לבוש החסידות
מיין שאלה איז פארוואס די חתן גייט אהן פאות אבער די כלה האט יא פאות?

פישי » ג' יולי 05, 2016 1:26 pm

· #32028
Re: לבוש החסידות
קטן כתב:מיין שאלה איז פארוואס די חתן גייט אהן פאות אבער די כלה האט יא פאות?

ביידע גייען לויט די סטייל, וחדא מתרצת בחברתא

בעקישע » ג' יולי 05, 2016 7:50 pm

· #32046
Re: לבוש החסידות
לייק! לייק!

איינס פאר קטן, פאר די שאלה. און איינס פאר פישי פאר די תשובה

fishel » ג' יולי 05, 2016 9:24 pm

· #32051
Re: לבוש החסידות
עס האט געקאסט א שמייכל קטן ברענגט ארויס גאר א שטארקע נקודה!!!

אדער ווי אנדערע זאגן חי פעמים לייק!

איציקאיצי » ד' יולי 06, 2016 5:59 am

· #32061
Re: לבוש החסידות
לייק לייק פון די בילד ביז די לעצטע שמייכל

בעקישע » ד' יולי 06, 2016 7:38 am

· #32065
Re: לבוש החסידות
עס איז א באקאנטע פאקט אז מען קען דערקענען א חסיד צו וועלכע חסידות ער באלאנגט, לויט זיין לבוש.

א סאטמארער, גייט אדער א שטאפען היט, אדער א ברייטע פלאכע ביבער היט. רעקלעך גייען זיי אלע סייזעס, פון האלבע, דרייפערטל, ביז לאנג

א באבובער גייט א שיינע אויסגעפיצטע היט מיט א לאנגע רעקל

א סקווערער גייט מיט א אפגעחומלטע היט, און א טלית קטן ביז צו די קראגען

א וויזניצער, מיט די זעלבע היט, נאר אויסגעדרייט, מאשני אויף די רעכטע זייט

א לובאוויטשער, גייט מיט זיבן קנייטשן אין די היט

א גערער, גייט מיט א נישט געפערטיגטע שטאפן היט, און די הויזן אריין אין די זאקן

א פאפענער, גייט אן א הוט, [ער האט עס פארגעסן אין שטוב און קיינער האט אים נאכנישט געזאגט]

אפשר קענט איר מיר זאגן, צו וועלכע חסידות באלאנגען די קאפל?

קטן » ד' יולי 06, 2016 4:04 pm

· #32074
Re: לבוש החסידות
בעקישע כתב:
אפשר קענט איר מיר זאגן, צו וועלכע חסידות באלאנגען די קאפל?


אפשר די שווארצע סלאנים?

שחר » ד' יולי 06, 2016 4:12 pm

· #32076
Re: לבוש החסידות
בעקישע כתב:אפשר קענט איר מיר זאגן, צו וועלכע חסידות באלאנגען די קאפל?

לויט די כללים וואס דו האסטו אראפגעלייגט, וואלט איך געזאגט, אז לויטן הוט איז ער א סקווערער, לויטן שיך איז ער א באבאווער, און לויטן הויט איז ער א שווארצער. זי איז לכאורה א פאפאנער.

ד.א. איך האב זיי ביידע זייער זייער ליב.