פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » שלום עליכם » שלום עליכם

שלום עליכם

84 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 416 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #411
בלאט: 1 2

שמענדריק » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 2:01 am

· #9568
Re: שלום עליכם
כ'האמיך אביסל אומגעקוקט, כ'וויל וויסן דעם אמת:
שרולי שטיין איז טאקע אן עילוי, נאר א כופר, אדער צוליב דעם וואס ער איז א כופר - איז מען אים ממליך מלכים און מ'קרוינט אים אלס עילוי?!

כ'האב נישט קיין אנונג ווער דאס איז, אבער די אומפרעשן איז אז די אומגלויביגע דא מאכן סתם א ווינט.
פליז נעמטס מיר נישט פערזענליך. ס'איז א תמימות'דיגע שאלה.

שמש » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:17 am

· #9588
Re: שלום עליכם
עס איז נישט ערלויבט צו אטאקירן פערזענליך אמת'ע פיגורן.

someone » פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:49 pm

· #9595
Re: שלום עליכם
אזוי אויך‎ איז נישט ערלויבט צו פארדרייען‎ א אשכּול...
שמענדריק כתב:כ'האמיך אביסל אומגעקוקט, כ'וויל וויסן דעם אמת:
שרולי שטיין איז טאקע אן עילוי, נאר א כופר, אדער צוליב דעם וואס ער איז א כופר - איז מען אים ממליך מלכים און מ'קרוינט אים אלס עילוי?!

כ'האב נישט קיין אנונג ווער דאס איז, אבער די אומפרעשן איז אז די אומגלויביגע דא מאכן סתם א ווינט.
פליז נעמטס מיר נישט פערזענליך. ס'איז א תמימות'דיגע שאלה.

לריק » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:25 pm

· #9668
Re: שלום עליכם
טעסטינג. מ'גיי מיר זיך באקוועם מאכן. וואו הענגט מען אויף די קאוט דא?..

סקווערע דיין » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:27 pm

· #9669
Re: שלום עליכם
נעבן די ביה"כ. נאכדעם וואשט אייך, נטילת ידים איז אויף די לינקע זייט, און מאכט אייך באקוועם, נעמט די קיבארד און נעמט אייך שרייבן.

someone » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:41 am

· #9787
Re: שלום עליכם
לריק כתב:טעסטינג. מ'גיי מיר זיך באקוועם מאכן. וואו הענגט מען אויף די קאוט דא?..

איך באגריס איינעם וואס עפנט אשכולות לריק.
(איך האב בדוקא נישט געלייגט די קאמע)‎

שמענדריק » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:40 pm

· #10061
Re: שלום עליכם
שמש כתב:עס איז נישט ערלויבט צו אטאקירן פערזענליך אמת'ע פיגורן.

ח"ו נישט געמיינט צו אטאקירן! כ'פרעג בתמימות ווייל כ'האנישט קיין אנונג ווער דער באשעפעניש איז.

שמענדריק » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:41 pm

· #10062
Re: שלום עליכם
לריק כתב:טעסטינג. מ'גיי מיר זיך באקוועם מאכן. וואו הענגט מען אויף די קאוט דא?..

סקווערע דיין כתב:נעבן די ביה"כ. נאכדעם וואשט אייך, נטילת ידים איז אויף די לינקע זייט, און מאכט אייך באקוועם, נעמט די קיבארד און נעמט אייך שרייבן.

די סיבה פארוואס לעבן די ביה"כ דווקא, איז ווייל מ'רעדט דא היבש אין די סארט נושאים... :lol: :lol: :lol:

רחלי1 » ו' פברואר 12, 2016 2:18 am

· #27628
Re: שלום עליכם
:roll: I'm still a woman. Like it or not

רחלי1 » ו' פברואר 12, 2016 2:25 am

· #27630
Re: שלום עליכם
פארוואס איז אייביג שטיל דא?

שחר » ו' פברואר 12, 2016 2:27 am

· #27631
Re: שלום עליכם
I don't understand why a woman should be interested to schmooze with man only on one subject, proving that she is a woman
...

שחר » ו' פברואר 12, 2016 2:28 am

· #27632
Re: שלום עליכם
רחלי1 כתב:פארוואס איז אייביג שטיל דא?

ווייל מיר האבן נישט קיין פרויען אויפצולעבן דעם פאליש.

רחלי1 » ו' פברואר 12, 2016 2:32 am

· #27635
Re: שלום עליכם
Don't b quick to judge, u haven't read all my posts.

שחר » ו' פברואר 12, 2016 2:34 am

· #27637
Re: שלום עליכם
Sorry, give me a minute
...

אברהם דוד ישראל » ו' פברואר 12, 2016 5:21 am

· #27647
Re: שלום עליכם
וואס גייט דיך אן די עיקר אז עס איז געווען וואס צו שמיסן

smart cookie » ג' מרץ 15, 2016 9:10 pm

· #28762
Re: שלום עליכם
שלום עליכם וואס טיט מען דא?

Poker » ג' מרץ 15, 2016 9:57 pm

· #28772
Re: שלום עליכם
עליכם השלום! דא קומט מען נאר זאגן אז איך בין דא.. אבער גלייך נאך דעם לויפט מען אריין אין ווערצהויז און מען לייגט דארט אראפ א גוטע ארטיקל, אזוי ווען א צווייטער קומט דארט אן זאל ער האבן וואס צו טון דארט.

גלייך נאך דעם גייט מען צום נעקסטן שטיבל איבער געבן אביסל נייעס וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן עולם.

טאמער עס איז אידישע נייעס אדער סתם זאכן פון די אידישער געזעלשאפט וועסטו נישט זיין וועלקאם דארט, אבער דערשערק דיר נישט ווייל אין די שטיבל נעקסט צו די נייעס וועט מען דיר אויף נעמען מיט ביידע הענט.

אז דו האסט א גוטע וויץ, אדער די ווילסט סתם אזוי אינטער האלטן די עולם מיט א לענגערע דרשה גיי צו די רעכטע שטיבל, עס שטייט דארט א גרויסע סיין 'הומאר'.

אז דו ביסט אן עקספערט אין קליפס אדער בילדער וועט די שטיבל מידיא ווינקל זיין פערפעקט פאר דיר מיט דיינע חברים וואס דו וועסט דארט טרעפן.

אזוי ווי איך ווייס נישט צו דו ביסט שוין אכצן יאר וועל איך נישט רעדן פון מין במינה.

אסאך הצלחה

smart cookie » ג' מרץ 15, 2016 10:04 pm

· #28773
Re: שלום עליכם
ישר כח פארן קבלת פנים
ווי ווייט מעג מען דא שרייבן?

אויפגעקלערטע » ד' מרץ 16, 2016 6:08 am

· #28781
Re: שלום עליכם
smart cookie כתב:ישר כח פארן קבלת פנים
ווי ווייט מעג מען דא שרייבן?

אן קיין גרעניצען

דאהי » ד' מרץ 16, 2016 1:30 pm

· #28791
Re: שלום עליכם
ביז די עקזיט.
אויב זעהסטו נישט קיין עקזיט סיין, קיפ אן דרייווינג

someone » ד' מרץ 16, 2016 4:55 pm

· #28794
Re: שלום עליכם
שלום עליכם קלוגער קוקי, דא איז וויאזוי די הנהלה לייגט אראפ די גיידליינס l viewtopic.php?p=13617#p13617 l

אין קורצן, אויף וואס צו שרייבן האט נישט די הנהלה קיין געזעצן, אויף וואו צו שרייבן יא. אז איר שרייבט א ערנסטע ארטיקל, לייגט איר עס אין ווערצהויז. אויב די ארטיקל איז אבער סתם גארנישט דאן קומט עס אין הומאר, יא?
אויב איר שרייבט א ערנסטע ארטיקל און איר שרייבט עס הומאריסטיש, דאך קומט עס אין ווערצהויז, ווייל די ארטיקל איז א ארטיקל נאר די וועג ווי איר טוט איר אראפלייגן איז הומאריסטיש.

דאס איז די פאלעסי דא. אלס די הנהלה אויס קענסטו שרייבן אלעס און איבעראל, אבער אויף איר ריכטיגע פלאץ. אז דו האסט א נייעס, קומט עס אין נייעס. אויב די נייעס א לאכעדיגע, קומט עס נאכאלס אין נייעס און נישט אין הומאר ווייל עס איז א הומאריסטישע נייעס. די זעלבע מיט אנדערע זאכן, אויב עס איז א נייעס וואס האט צוטון מיט מין במינה, קומט עס נאכאלס ביי די נייעס (ווי די נייעס פון דער גוי אין קרית יואל, קאסבי, סופרים קאורט פסק און נאך) ווילאנג דו שרייבסט עס נייעסדיג, אויב איז עס געשריבן אלס מין במינה תגובה דאן קומט עס אין מין במינה.

מעוברת » ה' מרץ 17, 2016 12:10 am

· #28820
Re: שלום עליכם
someone כתב:שלום עליכם קלוגער קוקי, דא איז וויאזוי די הנהלה לייגט אראפ די גיידליינס viewtopic.php?p=13617#p13617

אין קורצן, אויף וואס צו שרייבן האט נישט די הנהלה קיין געזעצן, אויף וואו צו שרייבן יא. אז איר שרייבט א ערנסטע ארטיקל, לייגט איר עס אין ווערצהויז. אויב די ארטיקל איז אבער סתם גארנישט דאן קומט עס אין הומאר, יא?
אויב איר שרייבט א ערנסטע ארטיקל און איר שרייבט עס הומאריסטיש, דאך קומט עס אין ווערצהויז, ווייל די ארטיקל איז א ארטיקל נאר די וועג ווי איר טוט איר אראפלייגן איז הומאריסטיש.

דאס איז די פאלעסי דא. אלס די הנהלה אויס קענסטו שרייבן אלעס און איבעראל, אבער אויף איר ריכטיגע פלאץ. אז דו האסט א נייעס, קומט עס אין נייעס. אויב די נייעס א לאכעדיגע, קומט עס נאכאלס אין נייעס און נישט אין הומאר ווייל עס איז א הומאריסטישע נייעס. די זעלבע מיט אנדערע זאכן, אויב עס איז א נייעס וואס האט צוטון מיט מין במינה, קומט עס נאכאלס ביי די נייעס (ווי די נייעס פון דער גוי אין קרית יואל, קאסבי, סופרים קאורט פסק און נאך) ווילאנג דו שרייבסט עס נייעסדיג, אויב איז עס געשריבן אלס מין במינה תגובה דאן קומט עס אין מין במינה.


וואס איז דאס מין במינה?
איך קליק דערויף און איך קען נישט אריין גיין אהין... ... ...

דאהי » ב' מרץ 21, 2016 1:35 pm

· #28924
Re: שלום עליכם
מעוברת כתב:איך קליק דערויף און איך קען נישט אריין גיין אהין... ... ...


אייער מקוה קארטל איז אפגעלאפן. זינט קעלנער האט זיך אנטזאגט פון זיך אפגעבן מיט מאחורי, האט ער מיטגענומען מיט זיך אלע ענטרי פיעס וואס זענען געווען אויסגעצאלט פאר אדר א'. און דאס האט געשאפן א עראר אין די סיסטעם זיך פארמישענדיג צווישן פורים און אפריל פולס

משה זרח » ב' מאי 02, 2016 9:12 pm

· #29940
Re: שלום עליכם
שלום עליכם טייערע ברודער און שוועסטער
ווער איז מיך מקרב?

someone » ב' מאי 02, 2016 10:33 pm

· #29942
Re: שלום עליכם
יעדער!
ברוך הבא, געשמאק זיך צו טרעפן מיט זרחן

משה זרח » ד' מאי 04, 2016 6:09 pm

· #29981
Re: שלום עליכם
יישר כח פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען

פישי » ה' יולי 07, 2016 6:02 pm

· #32165
Re: שלום עליכם
שלום עליכם יענטא זארגער

קום אריין און מאך זיך באקוועם, פון דיינע תגובות (קאמענטס) זעהט אויס אז די האסט א פיינע שפראך און א פליסיגע פעדער, נוץ עס אויס, זיי מהנה דעם עולם און האב הנאה!

יאנקל » ה' יולי 07, 2016 6:39 pm

· #32168
Re: שלום עליכם
שלום עליכם יענטא זארגער, איין טאג פופציג תגובות!!!!! ואו! און איר שרייבט צום זאך...

נאכנישט » ד' ספטמבר 14, 2016 2:40 am

· #35514
Re: שלום עליכם
אזוי כתב:
נאכנישט כתב:א-ז-ו-י ! ! ! שלום עליכם!!!!
מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דיר צו הערן/זען !!!!
ענדליך ב"ה האמיר זיך דערלעבט!!

נ.ב. אפשר וועקסטו אויף נאך אפאר חברה פון זייער בערישע שלאף.....

הערן - מיין טעלעפאון איז אוועלעבל.
פאון נומער פליז
זען - מיין הויז איז צומאל ליידיג.
אדרעס פליז
ליינען - קענסטו שוין טון.

אזוי טו איך טאקע

אזוי » ד' ספטמבר 14, 2016 2:41 am

· #35515
Re: שלום עליכם
גיב מיר א בילד קודם. איך נעם נישט אן יעדעם.

נאכנישט » ה' ספטמבר 15, 2016 2:09 am

· #35621
Re: שלום עליכם
מיר גרויס כבוד ווילן מיר באגריסן צוויי חשובע געסט וואס זענען געקונן באזוכן באנונז
המדקדק הידוע דיקדיק רשי!!!!
און אונזער הויכבאשפריצטער רב פון פרעשבורג!!!!

אזוי » ה' ספטמבר 15, 2016 2:11 am

· #35623
Re: שלום עליכם
הויכבאשפריצטער פרעשבורגער רב, ביטע שפריץ מיך נישט אן! עס איז דא גענוג פלאץ ארום און ארום פון אלע זייטן.

שול » ה' ספטמבר 15, 2016 4:02 pm

· #35646
Re: שלום עליכם
שלום לכל

אזוי » ה' ספטמבר 15, 2016 5:59 pm

· #35672
Re: שלום עליכם
גם לך בית המדרש!
ה'פאליש' נמצא בדרך כלל בתוך ה'שול'...
בלאט: 1 2