פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » אנשי שם » חני געטער

חני געטער

9 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 23 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #352

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 22, 2014 4:07 pm

· #2844
חני געטער
זי האט אן אינטרעסאנטע אייגנארטיגע לעבנס-געשיכטע און ס'איז צום באוואונדערן איר שטארקייט און זעלבסזיכערקייט

זי איז אויפגעוואקסן אין ניקלשבורג-מאנסי אין זייער א פרומע משפחה, חתונה געהאט יונג און געהאט קינדער
שפעטער האט זי אנטדעקט אז זי איז א לעסביאנקע, אבער זי זאגט אז נישט דערפאר האט זי זיך גע'גט

זי איז אריין אין לייף קאוטשינג און לערנט קבלה און צו ווערן א ראביי
אבער זינט זי האלט זיך ארטאדאקסיש קען זי ווארטן אביסל ביז זי וועט קענען נוצן איר ראבינער פאזיציע ערגעץ....
("רוממו" איז לכאו' די איינציגע פלאץ וואו געוועזענע חסידים געפינען זיך עכט דאס פלאץ, אבער זיי זענען ווייט פון די היינטיגע אפטייטש פון ארטאדאקסיע)

זי איז אויך אן אקטיוויסט פאר פרויען רעכטן און ארבעט גלייכצייטיג פאר פוטסטעפס צו העלפן פאר מענטשן וואס געפונען זיך נישט דאס פלאץ אין די געמיינדע

דאס איז איר וועבזייטל וואו זי שרייבט טיפזיניגע ארטיקלען
m http://www.inspirationallivinginc.com/ m

במשך די יארן האבן איר מערערע צייטונגען איר באשריבן

ערשטע ארטיקל אין פארווערטס אום 2009 אין יודיש דורך רחל שעכטער
m http://yiddish2.forward.com/node/2235/ m

די זעלבע ארטיקל אין ענגליש
m http://forward.com/articles/113747/hare ... he-closet/ m

צווייטע ארטיקל פאריאר דורך פרומעט גאלדבערגער מיט א מונדליכער אונטערוויא
m http://yiddish.forward.com/articles/172 ... d-and-gay/ m

אין 2011 האט א חסיד געשריבן אויף אנפיאות א אויסערגווענליכער אונטערוויא מיט איר אין ענגליש
m http://www.unpious.com/2011/05/an-inter ... ni-getter/ m
זי זאגט דארט מורא'דיגע ווערטער וואס באהאלטענע חסידים קענען זיך גאר אסאך לערנען דערפון

אט האט איר איין ציטאט וואס יעדער ברויך צו וויסן:
Just because the way Judaism and God was presented to you and it didn’t work, doesn’t mean that you can’t take God and figure out what He / She / It is for you and how you can connect to the vastness of the Universe and the Spirit that lays underneath it.

אין 2011 איז ארויסגעקומען א געוואלדיגע איבער האלבע שעה'דיגע דאקומענטרי מיטן נאמען DevOUT איבער יודישע לעסביאנקע'ס וואס ווילן בלייבן ביי זייער אמונה
עס איז געסקרינט געווארן ביי דזשעי סי סי אין מאנהעטן, אין מאנסי און ביי א פילם פעסטיוואל אין פאקיסטאן
m http://devoutthefilm.blogspot.com/ m

m http://lilith.org/print/?pid=4916 m

אין א קורצע ווימאו קליפ קען מען זען ווי חני רעדט זיך אביסל אויס פאר אנדערע פרויען אין טאבלעט מאגאזין
m http://www.tabletmag.com/podcasts/86358/settling-down m

דא ווערט זי אויך אונטערוויא'ט מיט נאך חברה וואס האבן געהאט די זכיה צו ערפילן זייער הארץ-באגער
m http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/18423/ m

עכ"פ זי איז א שטארקע אינספייערעישן פאר אלע וואס גייען דורך ענליכע שווערע צייטן, וואו מ'קען אלץ אנקומען מיט עקשנות און אן אמתע ווילן

בלייבט אונז נאר איבער צו זאגן: כה לחי חני!
קיפּ אָן יור גוד ווארק!

נבון » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:20 pm

· #2850
Re: חני געטער
אינספירעשאן יא, אבער ווייטער א יושבת חושך. מען קען זיין א יושבת חשך אויך ווען מען איז לעסביען און נישט פרום.

"קאנעקטען מיט די וועסטנעס אויף די יוניווערס" איז פונקט אזוי משוגע ווי שרייען שבת אדער פאסטן בה"ב אדער וואטעווער, כאטש די ערשטע איז מער אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט און די לעצטע אפגעלאכט.

נייגעריגער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:57 pm

· #2871
Re: חני געטער
א בילד פונעם מדוברת
חני געטער גיבט א שיעור אין קבלה

ימי קדם » מאנטאג יוני 30, 2014 12:16 am

· #3793
Re: חני געטער
זי איז רעליגיעז, אבער ווייט נישט ארטאדאקסיש. זי פראבירט אפילו נישט צו זאגן אז זי איז ארטאדאקס. זי פארופט זיך מערסטענס מיט ''Jewish Renewal''.

סעקסי חסיד » זונטאג יולי 13, 2014 11:55 am

· #4134
Re: חני געטער
וואס איז Jewish renewal

נייגעריגער » מאנטאג יולי 14, 2014 7:20 am

· #4163
Re: חני געטער
m http://en.wikipedia.org/wiki/Jewish_Renewal m

איינע פון די מייסדים איז געווען רבי זלמן שעכטער ז"ל וועלכער איז נסתלק געווארן פארגאנגענע וואך
m http://en.wikipedia.org/wiki/Zalman_Schachter-Shalomi m

Orlando12 » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:16 pm

· #10911
Re: חני געטער
she is reform and lesbian

ציפי » מאנטאג פעברואר 15, 2016 11:13 pm

· #27845
Re: חני געטער

ציפי » מאנטאג פעברואר 15, 2016 11:23 pm

· #27846
Re: חני געטער
m https://youtu.be/PFYDAti1pI0 m

נאך וועגן איר לעבן