פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » שלום עליכם » שרייבען-גרעמער

שרייבען-גרעמער

8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 10 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #241

קאפויער » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:51 am

· #1207
שרייבען-גרעמער
איך זעה אסאך שרייבער'ס דא זענען נישט קלאר
'און איך ווייס אז "איך" בין אויך נישט קלאר' פינקטלעך ווי אזוי צו שרייבען, ווי צום ביישפיל. ווען שרייבט מען און' און ווען אין, (דאכט זיך אז 'אין' מיינט? אין א זאך למשל 'אין' די גלאז און 'און' מיינט נאך א זאך ווי למשל 'און' אויך דיר
אזוי איז דא אסאך זאכען ווען לייגט מען א 'קאמע' , און ווען לייגט מען א 'פינטעל' . דאס בין איך שוין נישט אזוי קלאר
ווען שרייבט מען צוויי ווערטער צוזאמען און ווען עקסטער 'צומביישפיל' אדער 'צום ביישפיל' און אזוי איז דא אסאך זאכען
נאך אזאך (א זאך) איז ווען שרייבט מען איין שטרעכל ' און ווען צוויי ?" נאך א זאך ווען שרייבט מען נאך א 'ע' צום סוף (שרייבען) אדער קומט עס אהן (אן) א 'ע' (שרייבן). נאך א זאך צו לייגט מען אריין א 'ה' און א ווארט למשל אהן אדער אן
בקיצור ס'איז דא אסאך צו שרייבען
איז ווער עס קען ארויסהעלפען (ארויס העלפען) זאל ביטע שרייבען (שרייבן) יישר כח

יצמח » פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:01 am

· #1415
Re: שרייבען-גרעמער
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
איך זע[ה] אסאך שרייבערס דא זענען נישט קלאר
דער שטומער ה' ארויס, און שרייבערס אן דעם שטרעכל - ווייל דער שטרעכל קומט נאר ווען עס איז "יענעמ'ס" - צום ביישפיל: דעם שרייבער'ס פענע
און איך ווייס אז איך בין אויך נישט קלאר פונקטליך ווי אזוי צו שרייבן, ווי צום ביישפיל: ווען שרייבט מען 'און' און ווען שרייבט מען 'אין' - אייער ענטפער איז גראדע די ריכטיגע. למשל אין לשון הקודש איז ב - אין און ו' - און

יצמח » פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:02 am

· #1416
Re: שרייבען-גרעמער
אזוי זענען דא [נאך] אסאך זאכן [פראגן]: ווען לייגט מען א 'קאמע' - אין א זאץ. ווען לייגט מען א פינטל - ביי די ענדע פון א זאץ. למשל: ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן אויף פאליש, בין איך נישט געווען זיכער צי איינער ליינט מיר.

יצמח » פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:49 am

· #1417
Re: שרייבען-גרעמער
נאך אזאך (א זאך) איז ווען שרייבט מען איין שטרעכל ' און ווען צוויי "?
צוויי שטרעכלען איז געווענליך ווען דו ציטירסט יענעמ'ס ווערטער. איינס איז ווען דו ווילסט, למשל, שרייבן אַן ענגלישע ווארט אדער א ווערטל, ווי למשל: ווען דו ביסט 'עוועילעבל' גיב מיר א קלינג. אדער: יענער איז נישט קיין 'מר בר רב אשי'.
נאך א זאך ווען שרייבט מען נאך א 'ע' צום סוף (שרייבען) אדער קומט עס אהן (אן) א 'ע' (שרייבן).
אן ע' איז אביסל מער קאמפליצירט. בקיצור: עס קומט נישט קיין ע', נאר נאך א מ' אדער נג און ל' אויב די פריערדיגע אות איז געווען א וואקאל

יצמח » פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:50 am

· #1418
Re: שרייבען-גרעמער
נאך א זאך צו לייגט מען אריין א 'ה' און א ווארט למשל אהן אדער אן
עס קומט נישט קיין איבעריגע ה'
בקיצור ס'איז דא אסאך צו שרייבען
[אמת]
איז ווער עס קען ארויסהעלפען (ארויס העלפען) זאל ביטע שרייבען (שרייבן) יישר כח
[איך האב פרובירט]

נייגעריגער » שבת פעברואר 01, 2014 1:12 pm

· #1424
Re: שרייבען-גרעמער
לגבי די שטומע ה"א, איז 'שלום עליכם' מחולק מיט דיר...

אבער איך האלט אז אויף די פארומס דארף מען נישט מאכן קיין מלער ווי אזוי מ'שרייבט - ווי לאנג מ'קען עס ליינען און מ'פארשטייט וואס יענער זאגט

יצמח » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:20 pm

· #1435
Re: שרייבען-גרעמער
אין די היינטיגע פראפעסיאנאלע ביכער וועסטו נישט טרעפן קיין שטומע ה'ס, נאר אין אזעלכע וואס זוכן צו מאכן מערערע קערעקטערס פאר נאך אפאר צענט אדער אנצופילן א בלאט... עס שטערט פשוט דעם לייענער

נייגעריגער » שבת פעברואר 08, 2014 1:14 pm

· #1481
Re: שרייבען-גרעמער
עס שטערט דעם ליינער ווייל מ'איז נישט געוואוינט דערצו

אבער כ'וועל דיר געבן צו פארשטיין פארוואס ס'איז פארט נישט 'שטום' און יא די ריכטיגע וועג צו שרייבן

ליין גוט ווי אזוי מ'זאגט די פאלגנדע זאצן:

יענקל בעהט שוין צום דריטן מאל זיין זוהן משה אויפצושטיין פון בעט

עס געפעלט איהם בכלל נישט אז משה פעהלט נאכאמאל פון ישיבה

"משה!" שרייט ער צו זיין זוהן "ס'איז שוין גרויס טאג, דער זון איז שוין טיעף אינמיטן הימל!"


דער פעהלער איז, אז דער ניגון האט צופיל פעלער