פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » וויסענשאפט » אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף

אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף

20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 25 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1672

קוגל » ג' מאי 08, 2018 8:42 pm

· #48752
אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ

רבינו הקדוש » ג' מאי 08, 2018 11:52 pm

· #48760
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
שבת בלעטל. דער אמת איז אז ס'נישט דא נאך א ספר וואס קלערט אזוי אויף ווי די גמרא, פארשטייט זיך אז מ'לערנט עס נישט קרום.

קוגל » ד' מאי 09, 2018 12:25 am

· #48767
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
וואספארא שבת בלעטל?
בכלל, די רעדע איז נישט פון די דמרא וכדומה, מען רעדט ווי אויבן דערמאנט, געשריבן אין מיין ערשטן תגובה דא אינעם אשכול, "אידישע ליין מאטריאל" וכו'.

רבינו הקדוש » ד' מאי 09, 2018 12:58 am

· #48773
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
קוגל כתב:וואספארא שבת בלעטל?

m https://shabbosblettel.wordpress.com/ m

רבינו הקדוש » ד' מאי 09, 2018 2:48 pm

· #48810
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
העשרל ציג. m http://theantitzemach.blogspot.com/ m

קוגל » ד' מאי 09, 2018 2:50 pm

· #48811
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
קטלא קניא'ס סחורה

איזראעלי » ה' מאי 10, 2018 12:11 am

· #48840
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
קטלא קניא ארבעט אויף א ספר וואס ערקלערט וויאזוי מען דארף מחנך זיין און וויאזוי צי טוישן די חינוך סיסטעם

קוגל » ו' מאי 11, 2018 12:38 am

· #48905
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
יא, ווייסעך שוין, און ער האט א גאנצע קאמפיין אויפצוטרייבן סכומים פאר זיין ספר'ל. מעווארטמיר מיט שפאנונג

אינטעליגענט » ב' מאי 14, 2018 2:46 am

· #49023
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
קוגל כתב:הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ

איינער האט א pdf פון די וועקער?
וואס מיינט ק"ש אויפגעקלערט מוז איך זעהן

Bum » ב' מאי 14, 2018 9:25 pm

· #49051
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
קוגל כתב:הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ

וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?

קרית יואל » ג' מאי 15, 2018 12:23 am

· #49062
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
Bum כתב:
קוגל כתב:הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ

וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?

גוט געפרעגט

טיא » ג' מאי 15, 2018 1:19 am

· #49134
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
Bum כתב:
קוגל כתב:הגם די אידישע ליין מאטריאל און אויסוואל איז לעת עתה היפש ארעם בכלל, איז אויפגעקלערטע ליין מאטריאל נאך ארימער. אשר על כן, אויב איינער ווייסט צו זאגן פון א געוויסע ביכל, סייט, ספר, וואס קלערט אויף אביסל, און סיי וואספארא ענין, א שטייגער ווי דער וועקער (פרעזענטירט דורך ק"ש) ביטע אהערברענגען און מהנה זיין אנדערע.
ייש"כ

וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?


לאמיר דאס מסביר זיין וואס ער פרעגט.

אמאל ווען מען האט געוואלט ווערן אפגעפארן האבן מען געזוכט גליקן, חכמה, און ענדליכ'ס ווי השכלה, חובבי ציון, און נאך, היינט אז דו ווילסט אפפארן דארפסטו נישט וועלן גארנישט עפעס מער נאר פלעין זיין א פורק עול טוה די זאכן וואס בהמות טוהן די בעסט [עסן, טרינקן, בראטן אויף די זון, האבן סעקס מיט יעדן וואס אים שמעקט] און צו זיין א בהמה דארף מען נישט זיין אויפגעקלערט, עס איז גענוג צו זיין פשוט א בהמה... און יעצט קוק איבער בום'ס שאלה, וואס מיינט אויפגעקלערט? און פארוואס ווילסטו ווערן?

קרית יואל » ג' מאי 15, 2018 2:26 am

· #49140
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
צו טון די אלע זאכן דארף מען טאקע זיין נישט מער ווי א בהמה, אבער ווען מען דרייט זיך ארום אין פאליש א שטיק צייט פארשטייט מען וואס דאס באדייט אויפגעקלערט, אזוי מיין איך..
ווי אויך נאכן ליינען די אויבן דערמאנטע שבת בלעטל וכדו' פאנגט מען אן צו פארשטיין

איזראעלי » ג' מאי 15, 2018 2:54 am

· #49147
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
שוין נישט קיין צייטונג אבער קענסט ליינען די פארווערטס אויף זייער וועבזייטל

Bum » ג' מאי 15, 2018 4:51 am

· #49149
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
איך האב געמיינט סימפל. אויפגעקלערטקייט איז עפעס וואס א מענטש איז. א מענטש וואס איז א תמים אדער א גראדער אדער סתם עווערידזש האט נישט קיין בענעפיט פון טרייען צו זיין אויפגעקלערט. מיינסט אפשר אז עס וועט דיר ברענגן כבוד אדער סאושל סטאטוס?
אויב דו זוכסט אפצולאזן אידישקייט ווייל עס איז שווער אבער ווילסט נישט האבן קיין גילטי פילינג. וועט אויפגעקלערטקייט נישט העלפן. דארפסטו זוכן כפירה מאטריאל.
אויב מיינסטו עפעס אנדערש. ביטע זיי מסביר.

LOVE » ו' מאי 18, 2018 1:33 am

· #49264
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
עס איז אמאל געווען א בלאג דא אויף דעי סייט. דארט איז געווען אסאך גוטע סחורה. בעוה"ר איז עס נישט דא מער.

קרית יואל » ו' מאי 18, 2018 2:12 am

· #49265
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
ווי האט עס געהייסן?

רבינו הקדוש » ו' מאי 18, 2018 2:25 am

· #49266
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף

Unknown » ג' מאי 29, 2018 6:01 pm

· #49529
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
רבינו הקדוש כתב:
קוגל כתב:וואספארא שבת בלעטל?

https://shabbosblettel.wordpress.com/


יישר כח! עס קוקט אויס גוטע אינפארמאציע
די ווייסט אפשר פארוואס זיי האבן עס אפגעשטעלט?

Bum » ג' מאי 29, 2018 8:11 pm

· #49530
Re: אידיש ליין מאטריאל וואס קלערט אויף
איך מיין אז זיי האבן געעפענט קאווע שטיבל.