יודישע ווערטער און זייער באדייט
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16
יודישע ווערטער און זייער באדייט
אזוי ווי איך קען נאכנישט אזוי גוט ענגליש און די היינטיגע חסידישע אויסגאבעס גרוילן מיר מיט זייער באקסעדיגע איינזייטיגקייט, האב איך זיך אביסל אריינגעלייגט אין די אלטע יידישע ליטעראטור
און וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געוואלדיג! געוויסע באשרייבונגען זענען ממש זיך צום באלעקן.
און דער אמת איז אז "מיר" וואס זענען אויפגעוואקסן כמעט ווי אין מיטל-אלטער, קענען סאך בעסער פארשטיין א ערציילונג אדער ראמאן פון מענדעלע אדער שלום עליכם, ווי אלע יידישיסטן.
נאר די סיבה פארוואס אסאך נעמען זיך נישט דערצו, איז פשוט ווייל מ'קען נישט אסאך ווערטער וואס מ'נוצט שוין נישט ביי אונז.
און נוצן א ווערטער-בוך, איז דאך נישט אנגענומען... סאיז אפגעפרעגט. ס'כמעט כפירה... ווייל מ'קען דאך לערנען אין די צייט...
למעשה האב איך אנטוויקלט א שטיקל געפיהל צו אלטע ווערטער וועלכע מ'נוצט שוין היינט כמעט אדער אינגאנצן נישט
כ'וועל דא מאכן א שטיקל ליסטע פון די ווערטער וואס זענען מיר געווען א חידוש, און דאדורך פארברייטערן אייער ווערטער-אוצר - אויב איהר וועט מיר ערלויבן...
אין פלוג = לכאורה, ווארשיינליך
באָדיי = זאל "אפילו" זיין
דיבעס = שטעקנס וואס מע טוהט אהן פאר אן ארעסטאנט אויף די פיס
דראָבנער = קלענער, ווייניגער
העס = לייכטער ארום די ווענט, ווי דער שטייגער אמאל
ליפּעס = שטאם-טיילן (דערנאך וואס מ'האקט אראפ א בוים, צעטיילט מען עס אויף ליפּעס. און די ליפעס אויף דינע שייטלעך)
סאַמעראָדנע = עכטע, סאמע געבוירענע
סוראַגאַט = א ערזאץ וואס איז נישט אזוי גוט און פארטרעט אנשטאט א גוטן פראדוקט
פאָרטקע = טירל
פּער = אַקס פון וואגן
ציפּיק\טשעפּעק = טיכל אדער הייבל וואס די רעליגיעזע פרויען טראגן אויפן קאפ
קאָזשעליק = איבערקערן דעם קערפער אויפן קאפ (טאמבל-סאוס בלשונינו)
קריע = א גרויסע אייז-מאסע
שאַרען = מחנות
וויפל פון די האט איהר געקאנט?
המשך יבוא אויב דער עולם וועט פארלאנגען
Re: אלטע יודישע ווערטער און זייער באדייט
חן חן, זייער שיין א דאנק, זיי ממשיך מיט די ארבעט.
שלום עליכם האט געשריבן אסאך זאכן מיט ווערטלעך, וואס ער האט פארדרייט פון תורה אדער גמרא וכדו'.
א דוגמא, איך ווייס נישט אויב ער האט עס געשריבן, אבער אזא מין געדאנק, "לא תגנוב", וואס טייטשט רש"י אויף דעם "מען טאר נישט טרעפן".
שלום עליכם האט געשריבן זאצן אין די ביכער/דערציילונגען, וואס זענען אויף רוסיש/אוקראיניש, אויב קענסטו יענע ווערטער אויך קענסטו עס איבערטייטשן?
Re: אלטע יודישע ווערטער און זייער באדייט
איך ווייס נישט אויב די אלע ווערטלעך וואס ער האט געשריבן זענען זיינע, ער האט פשוט פאראייביגט דאס פאלקס קולטור
למשל האב איך זיך היינט באגעגנט מיטן באקאנטן שפריכווארט: "א פאטש פארגייט, א ווארט באשטייט"
און אזוי טרעפט מען ביי איהם כסדר ווערטלעך וואס זענען היינט ברייט פארשפרייט ביי מענטשן וואס האבן קיינמאל געהערט פון א שלום עליכם צו זאגן
יעדנפאלס, מ'וועט אפשר עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם און אויך פאר רוסישע ווערטער און זאצן
אין דעם דאזיגן געהענגל וועלן מיר נאר ממשיך זיין מיט "אלטע יודישע ווערטער און זייער באטייט" - וואס אגב איז די ליסטע ביז איצט בעיקר פון פרצ'ס ליטעראטור
Re: אלטע יודישע ווערטער און זייער באדייט
ווי קען מען דאס ליינען??
וואס מיינט דער אידיש ווארט?
איך האב נישט צייט צו פרעגן קיינעם בשעת'ן לייענען די אידישע צייטונגען אפשר קען מען זיך דא העלפן?
זאגאר
וואס מיינט דאס? לכתחילה? אדער 'פשט איז'? ווען נוצט מען דאס?
אלץ אדער אלטץ אדער אלס
איך בין אינגאצן צומישט ווען איטליכער ווארט ווערט באנוצט.
ווי למשל
1 ער איז באקאנט אלץ משוגענער אדער אלס משוגענע?
2 ער איז נאכאלץ דא אדער נאכאלטס דא?
3 אלס איז הבל הבלים אדער אלץ איז הבל הבלים?
וכהנה וכהנה קען איינער קלארשטעלן די כללים?
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
פון ווי קומט דער אויסדריק, אז דאס איז א טעות פונעם "בחור הזעצער"?
סהאט באמת נישט קיין שום פשט. סקומט פונעם ווארט: בוכער זעצער, מיט א ליטווישן אקצענט. דאס הייסט, דער וואס פלעגט זעצן די בוכער און עס דריקן האט געמאכט א טעות...
פון דעם קומט אונזער טעות אים אנצוריפן הבחור הזעצער...
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
נישט קיין טעות!! מ'געפונט עס אין ספרים.
א בחור וואס האט געארבעט אין די זעצעריי
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
די נעמסט עס פון 'שערי מדע' זאג פון ווי עס קומט
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
someone כתב:קיין טעות!! מ'געפונט עס אין ספרים.
א בּחור וואס האט געארבּעט אין די זעצעריי
הלואי קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס דו זאגסט אזוי.
סהאט נישט קיין שום פשט.
אפשר זאל מען אויך זאגן הבחור הבעקער, ווייל א בחור האט אמאל געארבעט אין א בעקעריי?!....
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
סעקסי חסיד כתב:די נעמסט עס פון 'שערי מדע' זאג פון ווי עס קומט
אבסאלוט נישט!
גראדע האב איך נאך אפאר אזעלכע רעיונות. געטס נאר צייט וועט עטס זען.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
ס'דא די תפילה פונעם בארדיטשובער פאר מוצאי שבת: גא-ט פון אברהם. מען זאגט דארט 'באהיט דיין פאלק ישראל פון אלעם בייזן אין דיינער לויב'. ווער קען מסביר זיין פשט פון די ווערטער אין דיינער לויב. וואס מיינט דער לויב???
די ענטפער איז, אז סדא א דייטשע ווארט וואס אין אוזער יודיש וואלט דאס געדארפט שטיין אזוי: לאוב. דאס ווארט לאוב מיינט א שאטער-טענט, אזא מעשה צו באשיצן אונטער דעם שאטן פונעם זון. דאס איז פשט אין דעם לויב, מיינענדיג אז דער באשעפער זאל אונז אפהיטן אין זיין לאוב, דאס הייסט זיין באשיצונג, פון אלעם בייזן.
די ישראל'ישע עמיראצים, האבן איבערגעטייטשט דאס ווארט לויב אזוי: בתפארתך...
א מיאוס'ן טעות....
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
א שיינע טעאריע אבער ביטע געבן א מקור אז "לאוב" מיינט א שאטער אויף דויטש
גוגל-טרענסלעיט טייטשט "טענט" אויף דייטש "צעלט" (ZELT)
וואס פון דעם קומט מסתמא אונזער אהל - "געצעלט"
Re: אלטע יודישע ווערטער און זייער באדייט
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
מיר איז געווען באקאנט אז א
זיפּער רופט מען אויף יודיש
ריטש-ראַטש, איך האב עס שוין געהערט פון אלטע יודן און באגעגנט אין עטליכע ביכער
(הערט דא ווי מאטל\מייק בורשטיין זאגט עס ביים אנהייב פון א אינטערוויו אויף יודיש 4:55 m
https://www.youtube.com/watch?v=yGxeGAPn3Tc m )
אצינד האב איך אנטדעקט אויף א פעיסבוק בלאט א פרישער ווארט:
רייז-פערשלוסןפון א 1934 רעקלאמע אין לאדזש, פוילן
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
ריטש ראטש איז מיינעך עברית
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
איך זעה אז די אפיציעלע העברעאישע ווארט איז רוכסן, ממילא איז שטארק מעגליך אז די וואס רופן עס דארט ריטש ראטש (ריצ'רץ') קומט פון יודיש
זייער אסאך ווערטער וואס איז אריין אין די מונדליכע שפראך אין ישראל, קומען פון די שפראכן וואס די ערשטע עולים האבן בעסער געקענט, אדער פון די ארטיגע שכנים, און נאך, ווי: יודיש, אראביש, ענגליש, לאדינאו וכדומה, וואס כאטש אין די אפיציעלע ווערטער-בוך האט עס אפיציעל אן אנדערן נאמען רופט עס דער המון עם אנדערש
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
ריטש ראטש אז א אמת'ע ווארט? ס'שטייט אין א ווערטער בוך?
איך וואלט געזאגט אז דאס קומט פון נישט וויסן קיין נאמען, דעריבער האט מען עס אזא נאמען געגעבן צוליב די נויז וואס עס מאכט וכדומה
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
someone כתב:ריטש ראטש אז א אמת'ע ווארט? ס'שטייט אין א ווערטער בוך?
איך וואלט געזאגט אז דאס קומט פון נישט וויסן קיין נאמען, דעריבער האט מען עס אזא נאמען געגעבן צוליב די נויז וואס עס מאכט וכדומה
ניין, ריץ' רץ' איז נישט קיין ריכטיגע ווארט בכלל, נאר עס אזוי ווי די זאגסט, און אזוי איז דא אסאך ווערטער אויף העברעיאיש וואס דער 'עולם גולם' קען נישט און צוליב דעם מאכט מען אויף ווערטער וו.צ.ב.ש. 'צמדן' איז טייטש וועלקרא אבער עולם גולם ווייסט בכלל נישט אז עס עקזעסטירט אזא ווארט, און מען ריפט א וועלקרא 'סקאטש'.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
נייגעריגער כתב:מיר איז געווען באקאנט אז א
זיפּער רופט מען אויף יודיש
ריטש-ראַטש, איך האב עס שוין געהערט פון אלטע יודן און באגעגנט אין עטליכע ביכער
(הערט דא ווי מאטל\מייק בורשטיין זאגט עס ביים אנהייב פון א אינטערוויו אויף יודיש 4:55
https://www.youtube.com/watch?v=yGxeGAPn3Tc)
אצינד האב איך אנטדעקט אויף א פעיסבוק בלאט א פרישער ווארט:
רייז-פערשלוסןפון א 1934 רעקלאמע אין לאדזש, פוילן
ווי איז דער נואמן פי די פעיסבוק בלאט ?
רייז-פערשלוסן נאם צאך פון דוייטש "Reißverschluss" זיי דא m
http://hebrew-academy.org.il/wp-content ... rohsan.jpg m אין וועסט זעאן אז ריצרץ מסתמא איז פין א פאבריק וואס האט זייך געריפען "רץ".
לויט גוגל ייידיש = בליצ-שלעסל
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
Yiddish Florilège
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
די לענגסטו ווארט און אידיש. איז אומפאראנטווארטליכדקייט
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
סאיז דא א לענגערע ווארט
העראויףאנצופירקלעןדא
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
נאדיר א קניפ אין בעקל! פיין געקענט!
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
האט איינער אמאל געהערט די ווארט באטשאפטער אין אידיש?
די ווארט מיינט אמבאסאדאר, כהאב עס לעצטענס געהערט אין א ווידעא קליפ פון זשאבאטינסקי, סאיז מיר אינטערסאנט צו וואוסן אויב דאס איז א ריין דייטשע ווארט אדער איז דאס אויך געווען אן אנגענומענע ווארט אין אידיש ביי געוויסע דיאלעקטן, וואס האבן נישט אזויפיל מיט דייטש צו טוען.
קוקנדיג אין מיין אידיש דיקשענערי זע איך נישט דעם ווארט.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
איך האב נישט געהערט דאס ווארט בעפאר אבער אן איינפאכער גוגל-זוך ברעהנגט צו א שיינע צאהל פריהערדיגע אויסגאבעס וועלכע ניצן די ווארט, אריינגערעכנט "דאס אידישע ווארט"
אין וועלכע ווערטער-בוך האסטו געקוקט? ווארשיינליך אין א אנטי-דייטשמערישער.....
אן אינטרעסאנטע זאך האב איך געפונען ווי דער פאלגנדער דיקשענערי טייטשט עס אלס שליח\מעסענדזשער\פאראויס-לויפער m
https://books.google.com/books?id=W3MVA ... A8&f=false m
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
אן אמבאסאדאר איז א שליח/מעסענדזשער פאר זיין לאנד וואס ער שטעלט פאר אינעם צווייטן לאנד, מיט וועמען זיין לאנד האט דיפלאמאטישע פארבינדונגען. דאס מאכט סענס.
כנוץ די עברית-אידיש דיקשענערי פון זק, כווייס נישט ווען סאיז ארויס, אבער סאיז נישט אזוי אלט און זיי העלפן מיר נישט צופיל ווען כוויל טרעפן אלטע ווערטער.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
ביי וויינרייך m
http://www.hebrewbooks.org/43653 m און הארקאווי m
http://www.hebrewbooks.org/43567 m וועסטו ווארשיינליך כמעט אלעס טרעפן
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
קוקט וואס ער טייטש אויף שוואנץ....
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
דאס איז די ווידעא אין אידיש פון זשאבאטינסקי וואס כהאב דערמאנט א צייט צוריק פריער דא אינדעם אשכול. דאס איז א פארקורצעטע ווידעא קליפ פון ניין מינוט.
m
https://www.youtube.com/watch?v=spOqRS1HzTY m
דאס איז די ווידעא פון די גאנצע שמועס פון זשאבאטינסקי פאר ווער סהאט געדולד
m
https://www.youtube.com/watch?v=D-P8uEDDpRE m
דא קענט איר זיך באקענען מיט עטליכע ווערטער פון אלטע אידיש וואס זענען היינט ווייניגער אין באנוץ.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
מיין רעבע אין חיידר פלעגט זיין ביזי מיטן "שפיפון".... דער פימפענוטער. ווייסט איינער וואס דאס טייטשט??...

Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
פרישקייט כתב:מיין רעבע אין חיידר פלעגט זיין ביזי מיטן "שפיפון".... דער פימפענוטער. ווייסט איינער וואס דאס טייטשט??...

העתק מתוך "אידישע שפריכווערטער און רעדנסארטן (ווארשע 1908)":
דאס ווארט "שפיפון" איבערזעצען מאנכע מלמדים מיט די דייטשע ווערטער "וויפער, נאטער", די מלמדים ציען זיי אבער צונויף אויף איין ווארט "פיפערנאטער", וואס די חדר אינגלעך פארשטייען געווענליך נישט די באדייטונג, פון דעם קומט די אויסדריק "ער האט אים פארגעזאגט א פיפערנאטער", אז מען זאגט איינעם פאר א זאך וואס ער קען נישט פארשטיין.
שפיפון איז א וויפער, Viper בלע"ז.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
אין אלטע יודישע ביכער זעה איך אז מבאצייכנט די פרויענישע מין אלס פרויענצימער, דאס איז אזוי ווי מ'רופט אהן א זכר א מאַנסביל - וואס דאס זעהט מען נאך היינט פון מאהל צומאהל
עס ווינדערט מיר זייער וואס ס'פּשט אז נקבות וועהרן אזוי גערופן און מיט וואס באדייט עס מעהר ווי סתם פרויע"ן.
אויב איינער קען באלייכטען די נושא, וועל איך דאנקבאר זיין.
Re: יודישע ווערטער און זייער באדייט
פישי כתב:סאיז דא א לענגערע ווארט
העראויףאנצופירקלעןדא
You must have seen it Written on the toilet door no?
