פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » טעראר קעגן טעכנאלאגיע

טעראר קעגן טעכנאלאגיע

3 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 5 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1564

LOVE » ג' יולי 18, 2017 5:42 am

· #45523
טעראר קעגן טעכנאלאגיע
דער בעל דרשן דערציילט אז ער האט אפגעזאגט א פרומער אינגערמאן פון זיין זשאב נאר ווייל ער האט געשריבן קנאות אויף די אינטערנעט.
ער הייסט אויך נאכשרייען, קלאפן אויף קארן און מאכן פאני פאקסן.

מומר לתיאבון » ג' יולי 18, 2017 10:43 pm

· #45538
Re: טעראר קעגן טעכנאלאגיע
וויליאמסבורג איז געווען א דוגמא פאר די גאנצע וועלט? אפשר פאר טאיאטע סיענעס, כווייס נישט פון קיין אנדערע זאכן
פון וועלכע כלי רעדט ער? איך קען אסאך טריפהנע כלים, מיין שכנס טאפ איז טריפה, מיינע עסצייג זענען אסאך מאל טריפה, אינטערנעט איז עס זיכער נישט ווייל סאיז נישטא קיין כלי וואס הייסט אינטערנעט דערווייל, סאיז נישט קיין עקזיסטענט מאטעריאל, סאיז כאילו א רוחניותדיגע זאך וואס קיין מציאותדיגע ממשות האט עס נישט.
ביי אונז אין ישיבה איז אמאל געווען א בחור וואס האט געקויפט א לעפטאפ, די משגיח האט געטראפן דעם כלי, האט ער גענומען דעם בחור אויפן צימבל און אים אויסגעפייניגט, וואו איז די אינטערנעט? איך וויל זעען וואו סליגט און אויב איז עס א באטן אדער א סיי וועלכע אנדערע זאך. די בחור האט פרובירט מסביר זיין פארן משגיח אז אינטערנעט איז נישט א ממשותדיגע זאך, אבער די בעל דרשן דערמאנט מיר פון דעם פאסירונג.
אה אין די ביטערע גזירת גיוס כספים, גאר וויכטיג, ווי ביסטו דא אריינגעפלויגן מיסטער רעדנער?
אז דו רעדסט שוין וועגן די גיוס בני הישיבות אין אמעריקע צו אינטערנעט, גייטס שתדלן אין אלבעני קעגן דעם גיוס פון בחורים אינעם מיליטער פון אינטערנעט. גראדע מיינס א חבר איז שוין אויף די טמאנע כלים אפאר יאר און נאכן שטייגן אין ראנג און ווערן אפיציר איז ער היינט א ליוטענענט גענעראל. לויט מיין מיינונג וועט ער אפילו ווערן איין טאג זשוינט טשיף אף סטעף פון די גאנצע מיליטערישע אינטערנעט פון אלע טמאנע כלים, דאס איז ווען ער האט אנגעהויבן גאר נידריג מיט אן MP4 נאר ער האט זיך ארויפגעארבעט זייט דעמאלסט.

LOVE » ה' יולי 20, 2017 5:43 am

· #45567
Re: טעראר קעגן טעכנאלאגיע
איינער ענפערט אים אפ.