פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » שלום עליכם » פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"

פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"

14 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 15 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1558

אזוי » ב' יולי 03, 2017 3:10 am

· #45307
פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
דער גאנצער עולם איז געלאדענט צו קומען צום נייעם שטיבל, צוביסלעך וועט מען אריבערברענגען אלע אלטע ארטיקלן און בילדער אהין.

אט איז די אדרעסס פונעם הערליכן געשמאקן סייט:
m http://shtible.com/app.php/portal m

דער עולם ווארט אייך אפ דארט מיט אפענע ארעמעס און אויסגעשטרעקטע כלי זיין.

נחור » ג' יולי 04, 2017 11:20 am

· #45316
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
איך ווייס נישט ווער עס האט אייך איינגערעדט אז פאליש איז up פאר א קאמפעטישן קריג. פאליש איז גארנישט שולדיג אירע שרייבער און לייענער און די זעלבע פארקערט. אז עמיצער וויל גיין ערגעץ אנדערש, גערן. מען קען קיינעם נישט צווינגען צו לייענען אדער שרייבן סיי וואו. אריבערברענגען אלטע ארטיקלען און בילדער אהין איז געוואנדן אויב דער שרייבער פון די קאנטענט איז די מסכים.

אין אייוועלט וועט מען דיך צאלן אז דו זאלסט פארבלייבן דארט און אז דו וואגסט זיך א היס צו געבן שפארט מען דיך אויס. אין קאווע שטיבל איז פיהל לייכטער, עם כל זה, אויב אדווערטייזטו אנדערע וועב זייטלעך וועט מען עס נאך אפאר טעג אויסמעקן און אין בעסטן פאל וועלן אלע איינעמען א שווייגעניש. דא איז יעדער פריי צו אפיעלן צום עולם מיט סיי וועלכע אלטערנאטיוו. אבער איר קענט קיין טענות נישט האבן אויב די סייט ארבעט נישט ווי דו וואלסט געוואלט.

אזוי » ד' יולי 05, 2017 3:18 am

· #45322
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
ווער רעדט פון א קאמפעטישן קריג?

דא איז האלב קראנק דער סיסטעם, אנ"ש פאליש זענען דארט אין די מאסן, זאל שוין יעדער אהינקומען.

פאליש וועט פארבלייבן די אוצר הספרים און ארכיוון אפטיילונג.

נייגעריגער » ה' יולי 06, 2017 11:28 pm

· #45330
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
איידער יאַך קען אפי' טראכטן פון זיך אריבערציהען, ברויך איך וויסן: וואס איז זייער רעגולאציע בנוגע צענזור?
אינעם "פארום רעגולאציעס" אשכול דארט וועהרט נישט דערמאנט קײַן ווארט דערוועהגן m http://shtible.com/viewtopic.php?f=3&t=3 m

יהיה איך שיהיה, בין איך מסכים מיט נחור אז מ'טאהר נישט אריבערפיהרן אלטע ארטיקלן און בילדער פון דא, אהן רשות פינעם שרײַבער

LOVE » ו' יולי 07, 2017 9:12 pm

· #45333
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
איך האב שוין געזען פאריגע וואך אז עס דרייט זיך דא איבער אין שטיבל אבער איך האב געהאט א ביזי וואך. ארויספארן אין קאנטרי איז א ביטש. למעשה יעצט פרייטאג נאכמיטאג זיצענדיג אונטערן בוים אין קאנטרי טשעק איך אויס די סייט און אלעס קוקט אויס פיין.
וואס גייט פאר? איז עס שוין געפיקסד? פארוואס איז עס נישט געמאלדן. פארוואס איז די הנהלה אזוי שטיל?

דערנאך טריי איך צו גיין צו די נייע סייט און עס איז טויט. וואס גייט דא פאר? עפעס א קאנספיריציע?
יעדנספאל. פאליש איז א פלאץ וואס קומט הכרת הטוב פאר עטליכע יאר שווערע ארבעט. אויב קענען זיי צושטעלן און קאמיוניקירן מיטן ציבור האבן זיי מיין וואוט הונדערט פראצענט.

אבער דאס איז זיכער אז גנבנען אן רשות פון דא איז נישט קיין יושר פאר די שרייבערס. מיט רשות איז נישט קיין פראבלעם. איך קלער אז א שרייבער האט די רעכטן אויף זיינע אדער אירע אייגענע שרייבעריי אפילו ער/זי האט עס געשריבן אויף א פארום.
איינער האלט אנדערש?

אויפגעקלערטע » ו' יולי 07, 2017 10:38 pm

· #45334
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
די נייע פארום איז שטיל????
דא איז שטיל, איך געדענקט נאך ווען פאליש איז געוועהן אזוי ווי היינט.

נייגעריגער » ו' יולי 07, 2017 11:32 pm

· #45335
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
יאָפּ, היות אלע תגובות זענען געהעריג צוריק אויף זייערע ערטער, בלײַבן מיהר דא

איך מיין אז כ'בין שוין צו אלט צו מופן יעהדעס מאהל ווען פאליש האט אביסל פראבלעהמען... און כ'האב א געפיהל אז ווערצהויז וועט טיילן דעהם זעלבן גורל ווי "קרעטשמע" ז"ל

מיעדער » א' יולי 09, 2017 2:06 am

· #45342
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
איך בין מיט דיר נייגעריגער, איך וואלט אסאך ענדערש דא געבליבן ווי גיין ערגעץ אנדערש, דא איז שוין א אויפגעבויעטע סייט מיט אסאך מעלות, פאליש האט אבער איין חסרון וואס וועגט עס ממש איבער, מען רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דא, די הנהלה קאמיוניקירט נישט געהעריג מיטן עולם, און עקטען ממש ווי עס אינטערסירט זיי נישט קיין טראפ דעם סייט. און דאס האט אפאר ממש געפערליכע פועל יוצא'ס.

אויב זעהט זיך אן א שינו אינעם הנהלה דא קום איך צירוק צו לויפן מיט ביידע פיס. און טאמער נישט, וועלן מיר נאכגיין מיטן ציבור, אז די ציבור קומט אהער בינעך דא, אז נישט בינעך דארט.

ראממעל » ה' יולי 13, 2017 3:00 pm

· #45440
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
וואס גייט פאר מיט ווערצהויז? ער איז דאון?

ראשית חכמה » ה' יולי 13, 2017 3:30 pm

· #45442
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
ראממעל כתב:וואס גייט פאר מיט ווערצהויז? ער איז דאון?

:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

ראממעל » ה' יולי 13, 2017 3:35 pm

· #45444
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"

ראשית חכמה » ה' יולי 13, 2017 3:36 pm

· #45445
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
ראממעל כתב:http://shtible.com/

ס'ארבעט יא אדער נישט?

צולייגער » ו' יולי 14, 2017 9:02 am

· #45476
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
שטיבל איז דאון

שפיצקאפ » ה' יולי 20, 2017 1:26 am

· #45561
Re: פאליש איז א פארגאנגענהייט, כולנו ל"ווערצהויז"
א גוט מארגן, איך בין קוים אנגעקומען און שוין איז עס א פאראנגענהייט? אלס א גאסט אויף א וייל קען איך מיר נישט גענוג אפווינדערן ווי יעדער גיבט זיך אויס דא זיינע אינערליכע געפילן עד להפליא און דו זאגסט מיר שוין א פראגאנגענהייט?