פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » דת ואמונה » הלכה שמועסען

הלכה שמועסען

5 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 115 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1509

מומר לתיאבון » ו' יולי 14, 2017 11:00 pm

· #45493
Re: הלכה שמועסען
שרפי מעלה כתב:
leaving soon כתב:היינט זענען די הלכות שוין נישט גילטיג.

פארוואס נישט?
פון וואנעט נעמסטו דאס?

סאיז קלאר, נשתנו הטבעיות, וואס איז געווען אמאל איז נישט נוגע מער פאר היינט, אלע מפרשים און בעלי הלכה זענען עוסק אינדעם.

יענטא זארגער » ב' יולי 17, 2017 1:00 am

· #45503
Re: מאדערנע סאטירישע פאטענטן פאר הלכה
אברהם דוד ישראל כתב:חני קיעפ אפ איך קען יוזען התירים סיי פאר מיין גילט איבערהויפט פאר מיין ווייב

חני שכוח

לויט ווי איך ווייס זענען דא ביכלעך פאר הלכות טהרה פון היינטיגע דיינים אין אידיש, עס איז דא זייער קלארע און אויכעט זענען זיי נישט איבערגעטריבן, און עס איז דא אזעלכע וואס זענען איבער די קעפ מיט זייערע חומרות און שווערעקייטן , עפשר זענען די דיינים פונקט אזוי? איינער וואס פארשטייט צו מענטשהייט און איינער וואס וויל נאר ווייזן א חזר פיסל ווי פרום ער איז? איינער קען מיר ענטפערן אויף דעם? און ווער קען מיר זאגן וועלכע ביכל איז אויסגעהאלטען תורהדיק און מענטשליך אבער נישט איבערגעטריבן?

אברהם דוד ישראל » ב' יולי 17, 2017 4:25 am

· #45507
Re: הלכה שמועסען
מיין ווייב ליינט א יודישע ביך פון איינער משקאוויטש, מיין דיין האט שוין אפאר זאכען געזאגט אז איך זאל נישט מחמר זיין ווי ער שרייבט

יענטא זארגער » ב' יולי 17, 2017 8:14 am

· #45509
Re: הלכה שמועסען
אברהם דוד ישראל כתב:מיין ווייב ליינט א יודישע ביך פון איינער משקאוויטש, מיין דיין האט שוין אפאר זאכען געזאגט אז איך זאל נישט מחמר זיין ווי ער שרייבט

אקעי ער נישט, אבער עס איז דא איינער וואס איז יא OK?

שפיצקאפ » ה' יולי 20, 2017 1:29 am

· #45562
Re: הלכה שמועסען
מיין חתן רבי האט מיר געגעבן א ביכל אויף אידיש וואס הייסט לכל זמן, און מיר געזאגט אז עס איז אויך דא אויף ענגליש, און איך בין זיך מחיה דערמיט, קורץ און שארף און צו די זאך אן קיין איין איבריג ווארט!