פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אלגעמיינע קולטור » ארט » תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט

תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 5 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1494

נייגעריגער » ה' אפריל 13, 2017 8:02 pm

· #42131
תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט
באַ יודן זענען תשמושי קדושה פין שטענדיג אהן געוועהן די מקור פין פיזישע קונסטווערק, אנגעהויבן פין ווען בצלאל בן אורי האט געמייסטערוועט דעהם משכן ביזן האהנטיגן טאָהג ווען מלכות וואקסבערגער מאהלט זייערע אויג-פארכאפנדע שילדן..

פאַרצאַהטישע אנטיקן געבן אינדז אפט א היסטארישער בליק איבערן לעהבנס-שטייגער בא אינדזערע אור-עלטערן מיט דורות צוריק

צום מזל איז גאנץ גרינג צו זעהן בילדער פין אסאך פין די ווערק אין ביכער אדער אנליין, אזוי אז מע דארף שוין נישט ארומלויפן כסדר צו טייערע און פארשטויסענע מוזיומס.

אין דעהם אשכול וועלעך פין צאהט-צו-צאהט ברעהנגען בילדער פין אוצרות פין די פארגאנגענהייט פין אינדזער פאלק

לכבוד יאָנטעף, דא האט איהר א בילד פין אן אינטערעסאנטע פוילישע קערה פינעם אכצנטן יאהר-הינדערט
גענימען פינעם ביך
danzig 1939, treasures of a destroyed community (1980)

די אויבערשטע טייל איז געמאכט פין מעש און די אינטערשטע, וואו מ'לייגט אראַהן די מצות, פין האלץ.

danzig 1939, treasures of a destroyed community [1980].jpg

איזראעלי » ו' אפריל 14, 2017 12:26 pm

· #42142
Re: תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט
דאס האסטו געקאפיט פון פארווערטס?

טויגליך » ו' אפריל 14, 2017 5:47 pm

· #42144
Re: תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט
ס'קוקט מער אויס ווי ער טרייעט זיך צו לערנען שרייבן אינעם פארווערטס

קטן » ו' אפריל 14, 2017 8:10 pm

· #42146
Re: תשמושי קדושה אַמאָהל און האַהנט
איי עם סאררי נייגעריגער אבער איך קען נישט ליינען דיינע תגובות. עס ליינט זיך נישט געשמירט ווען מען דארף כאפן וואס יעדע ווארט מיינט.
איך מיין אז די מנהלים זאלן עפענען א סוב-נושא פאר יידישיסטישע ארטיקלען אזוי ווי עס איז פאר english.

לייק איף יו עגרי.