פאליש — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שמועסן » נייעסער און באריכטן » דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך

דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך

12 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 17 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1351

זרוע נטויה » ה' ספטמבר 01, 2016 6:40 pm

· #35095
דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
אין א טריט נענטער פון ערליכע חרידים צו טעכנעלאגיע האט די איד באשלאסן ארויסצוגעבן א טעגליכע צייטונג, עס וועט צו באקימען צו באקימען אין אימעיל פריי פון אפצאל..

דערמיט גייען זיי אין פיס טריט פון די חרידישע המבשר צייטונג וואס געט אויך ארויס א טעגליכע אימעיל צייטונג.

פארשטייט זיך אז זיי זאגען אז דאס גייט ווייטער ראטעווען אידישקייט.

טויגליך » ה' ספטמבר 01, 2016 7:17 pm

· #35096
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
כ'האב הנאה אז זיי טוען עס בלתי לשם לבדו! אהן קיין שום זייטיגע אינטערעסן, בלויז אפצוהיטן אידן פון די טרייפענע אינטערוועש

נייגעריגער » ה' ספטמבר 01, 2016 8:54 pm

· #35101
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
שכוח הרב זרוע פארן ברעהנגען די אינטרעסאנטע נייעס (עס באלאנגט אין מידיא ווינקל, ד"א)

איך גלייב אז רוב עולם וועט מקיים זיין מזה ומזה אל תנח ידך...
שטייצעך נאר אויב זיי וועלן אהערשטעלן גוטע דזשורנאליזם. אנישט העט מען זיך אָנ-סובסקרייבן אין גרויסן.

עפס ליגט מיר אין זכרון אז "דער בלאט" האט אמאהל געוואלט - אדער אפי' בפועל - ארויסגעהבן זייער צייטונג צוויי מאהל א וואך (פאפיהרענע צייטונגען, נישט ווירטואליש)
וועהר עס קען אָפּשטויבן מיין מוח איז וועלקאם.

זרוע נטויה » ה' ספטמבר 01, 2016 9:02 pm

· #35103
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
נייגעריגער כתב:שכוח הרב זרוע פארן ברעהנגען די אינטרעסאנטע נייעס (עס באלאנגט אין מידיא ווינקל, ד"א)


די סוב טייטעל פון מידיא ווינקעל זאגט אז דארט באלאנגט בילדער און קליפס, עס באלאנגט ווען לכאורה אינעם נייעס סעקשן.

איך ווייס אבער נישט ווי אזוי עס אהין צו לייגען.

צולייגער » ו' ספטמבר 02, 2016 5:03 am

· #35126
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
אינטערסאנט פארוואס אימעיל איז נישט טייל פון די גאס'רטע אינטערנעט ... איך מיין וואס איז א חילוק? און ס'נאך בהמלצת הרבנים

טויגליך » ו' ספטמבר 02, 2016 5:14 pm

· #35140
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
ווייל דארט גייען זיי יעצט מאכן ביזנעס....


דארפסט פארשטיין אז זיי האבן נישט קיין טרייפענע אינטערנעט אין דער איד אפיס, די נייעס, פיקטשערס, אדג, אלעס באקומען זיי בלויז פון די כשר'ע אימעיל....


#מייןפוס

דאהי » ה' ספטמבר 08, 2016 1:43 am

· #35305
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
נייגעריגער כתב:עפס ליגט מיר אין זכרון אז "דער בלאט" האט אמאהל געוואלט - אדער אפי' בפועל - ארויסגעהבן זייער צייטונג צוויי מאהל א וואך (פאפיהרענע צייטונגען, נישט ווירטואליש)
וועהר עס קען אָפּשטויבן מיין מוח איז וועלקאם.


דער בלאט איז איינמאל ארויס געקומען אין א מאנטאג. ווען אמעריקא האט אפיציעל דערקלערט קריג און אריין אין איראק. איין גרויסע ווארט איז געווען אויף די פראנט פעידש: מלחמה!

זרוע נטויה » ה' ספטמבר 08, 2016 3:32 pm

· #35322
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
צילוב א טעכנישע סיבה קומט עס דערווייל נישט ארויס, און ווי עס זעט אויס גייען זיי נישט טרעפן קיין טעקנישען עס צו פיקסן.

טויגליך » ה' ספטמבר 08, 2016 3:53 pm

· #35324
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
זרוע נטויה כתב:צילוב א טעכנישע סיבה קומט עס דערווייל נישט ארויס, און ווי עס זעט אויס גייען זיי נישט טרעפן קיין טעקנישען עס צו פיקסן.

לייק! לייק!

מרדכי הצדיק » ו' ספטמבר 09, 2016 6:27 pm

· #35357
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
זרוע נטויה כתב:צילוב א טעכנישע סיבה קומט עס דערווייל נישט ארויס, און ווי עס זעט אויס גייען זיי נישט טרעפן קיין טעקנישען עס צו פיקסן.

טויגליך » א' ספטמבר 11, 2016 1:36 am

· #35364
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
ס'איז דא נאך א פאשקעוויל פון ר' חיים דוד כץ קעגן די אימעיל איד...

טויגליך » א' ספטמבר 11, 2016 1:49 am

· #35365
Re: דער איד הייבט אן ארויסקימען טעגליך
IMG_20160910_214037.jpg


IMG_20160910_213933.jpg