די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
איך פראביר עס ארויס צו שלעפן פאר עס ווערט אסאך. איינער האט א עצה
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
ווייסע האר אינעם בארד, איז אסור אויסצוקלייבן אלס לא ילבש. די עצה איז צו שערן דעם בארד (מיט א שערל, נישט מיט א גאל מעסער )
ווייסע האר אויפן קאפ, איז די עצה, א גרויסן קאפל.
ווייסע האר אין די פאות, ווער א גערער (נאר ביז די 50 ).
ווייסע האר אינטערן ארעם, איז די עצה נישט צו גיין אין שויער פאר 90 טעג.
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
שחר כתב:ווייסע האר אינטערן ארעם, איז די עצה נישט צו גיין אין שויער פאר 90 טעג.
פארוואס? ווייל דעמאלטס וועט די ווייסע האר זיין דיין קלענסטע פראבלעם...
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
סאיז דא וואס פארבן איך ווייס נישט וויאזוי אבער כ'מיין ס'איז דא אזא זאך
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
שחר כתב:ווייסע האר אינעם בארד, איז אסור אויסצוקלייבן אלס לא ילבש. די עצה איז צו שערן דעם בארד (מיט א שערל, נישט מיט א גאל מעסער )
.
ווי שטייט עס?
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
היינטיגע צייטן קען מען פארבן להלכה ווייל מענער פירן זיך אויך מקפיד צו זיין אויף דעם. ופשוט.
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
It is a problem by all hair
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
wendy כתב:It is a problem by all hair
what problem?
Re: די ווייסע האר ריקען זיך אן. וואס טוט מען
די ערשטע עצה טראג ווי ווייניגער דאגות
נישט לאנג צוריק האט איינער עדווערטייזט א שעמפא וואס דארף זיין זייער גוט פאר דעם עס איז געווען א אינטערוויא אויף קול מבשר
איך מיין עס האט געטויגט אויף כפרות און עס לעבט שוין אויך נישט און ערגעץ
אדרבא אויב איינער ווייסט עפעס זאל ער מודיע זיין
די היינטיגע יונגע דור ווערט שנעלער ווייס
עס איז דא יונגעלייט וואס פאלען ממש אריין און א מרה שחורה ווען עס הייבט אן צו וואקסען