Re: היימישע oops בילדער
די oops איז אז אלע האבען אנגעטוהן הויזען פארן אנפאנגען די עקסורסייז, נאר די ערשטער נישט, בטעות בשוגג אדער במזיד.
Re: היימישע oops בילדער
די אופס איז אז מען מיז מסביר זיין יעדע בילד וואס די באדייט פון די ווארט אופס
די אופס דא אין דעם בילד איז. אז איין בענקל האלט ממש פארן אראפ פאלן. אופס!
Re: היימישע oops בילדער
גענומען פון א אנדערע אשכול, אבער עס געהער דא אויך
Re: היימישע oops בילדער
איך זעה נישט קײן אָפּס אין די לעצטע צװײ בילדער.
די מקומות המכוסים זענען לפי ראות עיני מכוסה..
Re: היימישע oops בילדער
האסט גאהרנישט פארענטפערט. וואס איז דער אָפּס אז א מוטער געט צו עסן פאר איהר הונגעריג קינד אויפן נאטורלעכן וועיג?
נישטא וואס זעך צו שעהמען דערמיט
Re: היימישע oops בילדער
ניין עס איז נאך נישט נאטרליך אפילו נישט ביי די גוי׳שע גאס, און די אפס איז אז עס איז פאראייביגט מיט א בילד,
Re: היימישע oops בילדער
עס איז אויך דא א נארמאלע וועד ווי אזוי צי זייגען עס דארף נישט זיין שטיידיג אין ארום גיין אזוי גיי אין א ווינקעל אין זייג דיין קינד
Re: היימישע oops בילדער
זי האט דיר עפּעס צוגענומען, זאהג?
מיט װאסערע רעכט טײלסטו איהר אײן װאס זי זאל טוהן, װאו?
דאס אז ס'װעהרט נישט באטראכט אלס "נארמאל", איז נישט איהר פּראבלעהם - ס'איז דײן.
און דערפאר איז עס לדעתי נישט בגדר אָפּס. װײל ס'נישט קײן טעות. מ'האט איהר נישט געכאפּט בײ די מעשה װײל זי שעהמט זיך קענטליך נישט דערמיט.
כּל הכּבוד!
Re: היימישע oops בילדער
ברענג איר נאר ארויף אהער, אויף מיין פולער אחריות: זי זייגט מער נישט קיין קינד אין איר לעבן!!!
אודאי שעמט זי זיך נישט דערמיט, זי מיינט אז קיינער זעט נישט, אבער א בילד זאל ארומפארן?? נאך ווי אן 'אופס'.
Re: היימישע oops בילדער
נייגעריגער כתב:זי האט דיר עפּעס צוגענומען, זאהג?
מיט װאסערע רעכט טײלסטו איהר אײן װאס זי זאל טוהן, װאו?
דאס אז ס'װעהרט נישט באטראכט אלס "נארמאל", איז נישט איהר פּראבלעהם - ס'איז דײן.
און דערפאר איז עס לדעתי נישט בגדר אָפּס. װײל ס'נישט קײן טעות. מ'האט איהר נישט געכאפּט בײ די מעשה װײל זי שעהמט זיך קענטליך נישט דערמיט.
כּל הכּבוד!
זי קען טוען וואס זי וויל
עס איז אבער נישט נארמאל!
נישט ביי יודן און נישט ביי גוים
Re: היימישע oops בילדער
אז ס'נישט נארמאל, װעהרט עס נישט קײן עװלה.
דאס אז אײנער האט געכאפּט דערפון א בילד און דא ארױפגעשטעלט, איז לדעתי נישט נאָרמאַל
Re: היימישע oops בילדער
יא נארמאל אדער נישט נארמאל - איז נישט 'דא' א נפקא מינא.
דער עיקר איז אז זי האט זיך נישט געכאפט אז מען מאכט א בילד פון איהר.
Re: היימישע oops בילדער
די בילד קען לכאורה גיין אפאר פלעצער
Re: היימישע oops בילדער
יאפ!! דאס איז הייליג. א שאד מען קען נישט זען איר שטראלנדע געזיכט.
Re: היימישע oops בילדער
די פיקטשער קען אויך גיין אויף עטליכע פלעצער
Re: היימישע oops בילדער
וואס איז די אפס מיט דעם??